שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי היט מען די קינדער פון קשיות אויף אמונה פון א קרוב?
חינוך הילדים, אמונה, קשיות, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, ס'געבט מיר לעבן אין אלע תחומים, איך זאל זיך קענען אומגיין מיט מיין ווייב און קינדער, און צו קענען לערנען אזויפיל תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


איך האב א שוואגער וואס איז נישט קיין שומר תורה ומצות, ער האט זיך דערקלערט אלס אפיקורס, און ער קומט אסאך צו מיין שווער אינדערהיים, און ס'שטערט מיר זייער שטארק ווען ער דרייט זיך דארט, בפרט ווען מיינע קינדער פרעגן קשיות.


יעצט גייט אויסקומען א משפחה שמחה וואו מיר גייען זיין דארט צוזאמען, וויל איך וויסן צי מ'קען אים מצרף זיין צו מנין, צום דאווענען אדער בענטשן, און בכלל ווי אזוי מ'דארף צו האנדלען אין אזא פאל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו דיינע קינדער אסאך דיבורי אמונה, דאס איז וואס דו קענסט טון.


מען קען נישט נאכגיין קינדער פיר און צוואנציג שעה; וואס ווייסטו וואס זיינע חברים רעדן? וואס ווייסטו וואס ער הערט אין גאס? וואס ווייסטו מיט וועם ער חבר'ט זיך? ליידער ליידער זענען דא זייער אסאך געפאלענע מענטשן וואס קענען פארדרייען קליינע קעפעלעך מיט כלומר'ישע קשיות, וואס נאר מיט א קליינע קאפ איז דאס א קשיא. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לב) מען פרעגט פון א קינד א שאלה, אז ביי איינעם אין שטוב האט זיך אויסגעשאסן א פענסטער האט ער גענומען א פענסטער פונעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, פרעגט מען דאס קינד: "פארוואס האט מען ארויס גענומען די פענסטער פון דעם אנדערן צימער און געלייגט אין דעם צימער, אמער, די פייגל קען דאך יעצט ארויס פליען פון יענעם צימער, וואס האט מען אויפגעטון?!" ווען מען פרעגט אים די קשיא לייגט מען אריין דעם תירוץ אין די קשיא, בלייבט דאס קינד צעמישט מיט די קשיא; איי די קשיא איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ער האט נישט קיין פייגלעך, ער האט געלייגט דעם פענסטער עס זאל נישט זיין קאלט וכדומה, אבער דער קליינער מח בלייבט פארטומלט און ווייסט נישט וואס צו ענטפערן.


אז מען וויל אויפשטעלן ערליכע דורות איז דא איין עצה: "רעדן אסאך פון אמונה"; ווי מער מען רעדט פון אמונה אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה, מען שפירט דעם אייבערשטן מיט אזא שטארקייט, ממש מען זעט דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): אויף דעם וואס שטייט אין זוהר הקדוש (משפטים צה.): "עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא דְּלֵית לָהּ עֵינִין, גּוּפָא טְמִירְתָא וְאִתְגְּלֵי, נָפְקַת בְּצַפְרָא וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא, מִתְקַשְּׁטַת בְּקִשּׁוּטִין דְּלָא הֲווֹ"; זאגט דער רבי אזוי: עוּלִימְתָּא שַׁפִּירְתָּא - דאס איז אמונה, אבער דְּלֵית לָהּ עֵינִין - עס האט נישט קיין אויגן, דאס הייסט מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות, נאר מען דארף זיך שטארקן מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן. גּוּפָא טְמִירְתָא – זי איז באהאלטן, ווען דו וועסט בעטן איינער וואס האט אמונה ער זאל דיר מסביר זיין א טעם און א סברה אין די אמונה, וועט ער נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל אז מען פרעגט א מאמין בהשם יתברך, זיי מסביר וואס דער אייבערשטער איז, קען ער דיר נישט ענטפערן, אבער וְאִתְגְּלֵי - ביי אים איז עס אזוי קלאר, אזוי ווי ער זעט דאס מיט די אויגן. נָפְקַת בְּצַפְרָא - יעדן צופרי ווערט צוריק באנייט די אמונה, וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא - און דורכ'ן טאג ווערט עס פארדעקט, ווייל מען ווערט אריין געשלעפט אין די ארבעט און מען לויפט נאך געלט, צוביסלעך פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.


בנוגע אים מצרף זיין צו מנין וכו'; על פי רוב זענען די אלע נישט קיין אפיקורסים, זיי זענען צעבראכענע דיפרעסטע מענטשן, עס פאסט זיי נישט צו זאגן אז זיי זענען צעבראכן און זיי דארפן אויפמערקזאמקייט, דעריבער זאגן זיי אז זיי זענען נישט גלויביגע, מיינענדיג אז אזוי וועלן זיי באקומען זייער אויפמערקזאמקייט (אטענשאן), אבער טיף אין הארץ גלייבן זיי אויך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער טוט אלעס.


וואויל איז פאר די עלטערן וואס לייגן אריין אסאך אמונה מיט שמחה אין זייערע קינדער, דורכדעם וועלן זיי זען אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.