שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ווייזט מען אויף די ספר תורה ביי הגבהה?
מנהגים, פירושים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א פירט זיך ווען מען מאכט הגבהה מיט די ספר תורה, אז ער ווייזט נישט מיט די קליינע פינגער אזוי ווי אסאך מענטשן פירן זיך, נאר ער הייבט אויף די ציצית און ווייזט מיט די ציצית. איך וואלט געוואלט וויסן וואס איז דער מקור צו דעם? אויך וויל איך וויסן וואס מען טוט ווען מען ליינט אין די תורה און מען האט נישט אן די טלית, צום ביישפיל ביי א תענית ביי מנחה, וואס טוט מען דעמאלט?


יישר כח פאר די בריוו, די ניגונים, און די דרשות, וואס זענען מיר מחיה און ברענגען מיך צוריק צום אייבערשטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי הגבהה איז דא כמה מנהגים; עס זענען דא וואס פירן זיך צו ווייזן אויפן ספר תורה מיטן קליינעם פינגער, עס זענען דא וואס ווייזן מיטן אצבע - די ערשטע פינגער נאכן דיקן פינגער, אויך זענען דא וואס ווייזן מיט די ציצית און זיי געבן א קוש די ציצית.


איך האב געהערט א שיינע זאך פון הרב רבי יצחק שליט"א, א טעם אויף דעם וואס מען ווייזט מיטן פינגער ביי הגבהה. ווען מען הייבט אויף די ספר תורה זאגט מען דעם פסוק (דברים ד, מד): "וְזֹאת הַתּוֹרָה אֲשֶׁר שָׂם מֹשֶׁה לִפְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", דער פסוק שטייט ביי די פרשה פון ערי מקלט, ווי די תורה זאגט אויב איינער האט גע'הרג'עט איינעם אומווילנדיג דארף ער אנטלויפן צו די ערי מקלט און דארט זיך באשיצן פונעם גואל הדם, און די תורה זאגט ביי ערי מקלט (שם יט, ג): "תָּכִין לְךָ הַדֶּרֶךְ", מען זאל אויפשרייבן אויף אלע וועגן 'מקלט' 'מקלט' אז עס זאל זיין גרינג פאר די רוצחים זיך צו קענען ראטעווען; לכאורה, ווי קומט אריין ביי די פרשה פון ערי מקלט דער פסוק: "וְזֹאת הַתּוֹרָה אֲשֶׁר שָׂם מֹשֶׁה לִפְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל"? נאר די תורה זאגט אונז, אויב מיר ווילן זיך ראטעווען פון שוועריקייטן, מיר זוכן אן עיר מקלט, א פלאץ וואו מיר קענען זיך באשיצן: "וְזֹאת הַתּוֹרָה אֲשֶׁר שָׂם מֹשֶׁה לִפְנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", די תורה איז א פלאץ וואו מיר קענען אנטלויפן, זיך באשיצן פון אלעם שלעכטס; אז מען לערנט תורה, מען מאכט זיך שיעורים אין משניות און גמרא - ווערט מען באשיצט פון אלע שווערע ביטערע פיין; דעריבער ווייזט מען מיט די פינגער צו די תורה, א בחינה פון "תָּכִין לְךָ הַדֶּרֶךְ", אלע טייטלען מיט די פינגער אויף די תורה, ווי צו זאגן: "דאס איז די ערי מקלט", ודברי פי חכם חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.