תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין ב"ה א חתן געווארן בשעה טובה ומצלחת, און אזוי ווי איך הער פון אייך כסדר אז א בחור פאלט אלץ אראפ אין עבירות, און די עצה דערצו איז נאר חתונה צו האבן, פריי איך זיך אז איך האלט שוין דא ברוך ה'.
פון די אנדערע זייט זע איך בריוו פון אינגעלייט וואס זיי רעדן זיך אפ אז זיי פאלן ווייטער אראפ, אויך נאך די חתונה. אפשר קענט איר מיר קלאר מאכן וואס דער אמת איז? וואס איז דער ריכטיגער וועג חתונה צו האבן אז מ'זאל טאקע מער נישט צוריק פאלן אין שלעכטע זאכן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד החתן ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאנק דעם אייבערשטן אז דו גייסט שוין חתונה האבן, ווייל יעצט וועסטו קענען דינען דעם אייבערשטן בטהרה.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט פאר א בחור: "אַז דוּ וֶועסְט חֲתוּנָה הָאבְּן אוּן דוּ וֶועסְט מִיר זָאגְן דוּ בִּיסְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד, וֶועל אִיךְ דִיר גְלֵייבְּן, אָבֶּער אַז דוּ וֶועסְט בְּלַייבְּן אַ בָּחוּר אוּן מִיר זָאגְן אַז דוּ בִּיסְט אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וֶועל אִיךְ דִיר נִישְׁט גְלֵייבְּן"; אז מען האט חתונה קען מען זיך גרינגער שלאגן מיט'ן יצר הרע. אזוי ווי דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק כב מהלכות איסורי ביאה, הלכה כא): "וְלֹא יֵשֵׁב בְּלֹא אִשָּׁה, שֶׁמִּנְהָג זֶה גּוֹרֵם לְטָהֳרָה יְתֵרָה", אז מען האט חתונה ברענגט דאס צו טהרה.
איז יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן בשעה טובה ומצלחת זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז דו האסט זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג, אזוי וועסטו שוין קענען זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען האט חתונה פארלירט מען דעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע לאזט נישט אפ דעם מענטש א גאנץ לעבן. מען דארף זיך היטן פון אים ווי מען היט זיך פון פייער; יעדן טאג קומט ער מיט פרישע נסיונות און פרישע קאפדרייענישן און אז מען היט זיך נישט די אויגן איז גאר ביטער; אז מען האלט זיך קלוגער פון אלע ערליכע אידן און מען האט א קאמפיוטער, סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, מיט אפענע אינטערנעט איז נאך די חתונה אויך זייער ביטער. מען רעדט אז דער מענטש טוט אלעס וואס ער קען זיך צו היטן, איז נאך די חתונה גרינגער זיך צו מתגבר זיין אויף דעם יצר הרע.
דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט אויסצושטעלן דיין לעבן מיט חומרות ופרישות, וואס דאס איז א פארשטעלאכטס פונעם יצר הרע. ער רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיך אפשיידן וכו' און נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות רחמנא לצלן.
געדענק וואס דער גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים") פלעגט זאגן - ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו': "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת", געבט אכטונג נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו'; און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת, און זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.