שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'האט יוצא געווען אדער נישט?
ספיקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק יומי און די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א בחור אין די יארן, און איך מוטשע זיך זייער אין עבודת ה', איך בין אלעמאל פיל מיט ספיקות אויב איך טו ריכטיג אדער נישט, אויב כ'האב יוצא געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין אדער נישט. יעדן טאג האב איך יסורים ווייל איך ווייס נישט אויב די תפלין ליגט מיר אויפ'ן קאפ אויף די ריכטיגע פלאץ, איך האלט אין איין פרעגן אנדערע בחורים אויב די תפלין ליגט מיר גוט אויפ'ן קאפ. ביים דאווענען קען איך אסאך מאל נישט ענדיגן די גאנצע זייענדיג מסופק אויב כ'האב געזאגט ריכטיג יעדעס ווארט. און בכלל ביי יעדע זאך בין איך פול מיט ספיקות, און איך קען נישט מחליט זיין קיינמאל וואס צו טון.


איך האף איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט: "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, 'וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", און דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ר' נתן זאגט דארט: "וְהוּא בְּעַצְמוֹ אֵינוֹ מַחְמִיר שׁוּם חֻמְרָא כְּלָל", דער רבי האט נישט געהאט קיין שום חומרות; ווייל דער גרעסטער חכמה איז צו דינען דעם אייבערשטן בפשיטות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, אֲפִילּוּ מִי שֶׁיּוֹדֵעַ חָכְמוֹת בֶּאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת צָרִיך לְהַשְׁלִיך כָּל הַחָכְמוֹת וְלַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת, לִבְלִי לִהְיוֹת חָכָם כְּלָל כִּי בֶּאֱמֶת אֵין חָכָם בָּעוֹלָם כְּלָל 'וְאֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַך'".


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון די תפילין, ווי בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען א ריזן סומע געלט.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן צי די תפילין שטייט דיר גראד אויפן קאפ, זע אז דיין קאפ זאל דיר שטיין גראד; טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה אנצוטון תפילין, אזוי אויך ווען דו דאווענסט זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו רעדן צום מלך מלכי המלכים, לאז אפ דיינע מחשבות וואס מאטערן דיך צי דו האסט יא געזאגט גוט די ווערטער צי נישט; דער עיקר טאנץ פאר שמחה אז דו קענסט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.