שאלה אין קורצן ענין
#63 - מעג מען נוצן חנוכה די צוגעגרייטע אויל מיט קנויטן, זיך גרינגער צו מאכן?
חנוכה, שמחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג קויפן פאר חנוכה די קליינע באטלעך אויל וואס קומט שוין גרייט מיט די קנויטן, זיך צו גרינגער מאכן, אדער עס איז דא אן ענין דוקא אליין אנצוגרייטן די אויל מיט די קנויטן?


יישר כח פאר מיין לעבן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט קויפן די געמאכטע קנויטן וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן צו צינדן די הייליגע חנוכה ליכט מיט שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען א מענטש טוט די מצוות מיט שמחה - "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז זיין הארץ איז גאנץ מיטן אייבערשטן; עס ווייזט אז דער מענטש האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן; דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן ביים טון א מצוה, דאס צו טון מיט א פרייליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - איך וויל פשוט זיין א איד, ווי אזוי בין איך זוכה צו דעם?
קדושה, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, ניבול פה, נסיונות, טעלעפאן, חברים, בחור, עבודת השם, מקוה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר אויף די הערליכע בריוו און ברסלב'ע גליונות, עס געבט מיר אסאך חיזוק.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה, איך בין א 19 יעריגער בחור, איך לערן אין א גוטע ליטווישע ישיבה, אבער איך האלט אין איין אריינפאלן אינעם נעץ פון יצר הרע, איך פאל אריין אין פראבלעמען מיט קדושה נאכאמאל און נאכאמאל. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל פשוט זיין א איד, איך וויל מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, וואס קען איך טון ארויסצוקריכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג צו האבן נאר ערליכע חברים, אז דו הערסט רעדן ניבול פה - זאלסטו אוועקגיין פונעם שמועס; נעם זיך חברים וואס רעדן איידל, וואס רעדן ריין.


ווארף אוועק אלע כלים וואס מען קען קוקן אויף דעם מאוויס, אויסגעלאסענע בילדער און קליפס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, ווייל אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט - וועט ער בלייבן טמא; אז מען וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט. מוהרא"ש באטיטלט דעם קאמפיוטער, מחשב - מיט'ן טיטל 'מכשף'; דער קאמפיוטער - אויב איז דאס נישט מסונן, געפילטערט - ברענגט דאס כישוף, עס ברענגט אלע צרות.


מאך זיך א שיעור אין ששה סדרי משנה. הויב אן אנהויב סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים יעדן טאג - מה טוב ומה נעים, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיינע בלאטעס, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע פלעקן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיך נישט אזוי שנעל אפלאזן, ער געבט נישט אזוי שנעל אויף אויף זיינס א קרבן; ער וועט דיך נאכלויפן, ער וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


גיי זיך מתבודד זיין, שמועס מיט'ן אייבערשטן אין דיין שפראך, אין ענגליש. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, דער אייבערשטער האט געמאכט אלע שפראכן. רעד אין ענגליש, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און יעדע מאל פאלסטו נאכאמאל אראפ, דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן. וויין צו אים אין דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן - וועסטו זיך ריינוואשן, און מיט די צייט וועסטו פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - איז דא צוויי סארט נוסחאות אויף "מכלכל חיים" אין ברסלב?
חסידות ברסלב, עבודת השם, נוסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אויסגעהערט ווי איר זאגט פאר די תפילות ראש השנה אויפ'ן ברסלב'ע נוסח, און איך האב זייער הנאה געהאט דערפון.


איך האב נאר געוואלט פרעגן, לויט ווי איך האב געהערט איז דא צוויי נוסחאות אויף "מכלכל חיים", איינס פאר שחרית און א צווייטע מוסף, אבער ביי אייער נוסח האב איך געהערט ביידע די זעלבע, פארוואס איז דאס אזוי?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די נוסח וואס מען דאווענט אין ברסלב איז זייער א הארציגע נוסח, די נוסח איז איין שטיק בענקעניש און גליסטעניש צום אייבערשטן. ביי הויכע שמונה עשרה פון שחרית איז דא א שיינע נוסח פאר די ווערטער פון "מכלכל חיים", און ביי מוסף ווען דער בעל תפילה זאגט די ווערטער פון "מכלכל חיים" - איז דא א הארציגע ניגון וואס דער גאנצער בית המדרש זינגט מיט אינאיינעם, איין שטיק התעוררות.


פארגעס נישט, מאך נישט פון טפל עיקר און פון עיקר טפל; עס איז זייער שיין דער נוסח פון ברסלב, אבער נישט דאס איז ברסלב. אז מען דאווענט די ברסלב'ער נוסח ווערט מען נאכנישט פון רבינ'ס לייט, און אז מען דאווענט נישט די נוסח איז אויך גארנישט, דער עיקר ביים רבי'ן איז תורה ותפילה. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם ר' יוסקא א בריוו: "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי" איך בעט דיר זייער מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק" לערן יעדן טאג גמרא און שולחן ערוך, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר" מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן אז דאס איז וויכטיג, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם" זע צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, מורא האבן פון אייבערשטן, ווייל דאס איז די גאנצע תכלית אויף וואס מיר זענען באשאפן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - ווי אזוי מאכט מען דער יום טוב זאל זיין פרייליך?
שלום בית, חנוכה, שמחה, עבודת השם, יום טוב, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האלטן שוין היבש נאך חנוכה, אבער איך בין נאכאלץ געבליבן מיט שווערע געפילן פון דעם יום טוב, און די זעלבע סארט פראבלעמען מאכן זיך אויך ביי אנדערע צייטן, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


איך פלעג אמאל אריינלייגן אסאך כוחות אין די חנוכה ליכט, איך האב אליין צוגעגרייט די קנויטן, איך בין געגאנגען אין מקוה פאר'ן צינדען, און נאך, אבער מיט די יארן האב איך עס אויפגעהערט צו טון, איך קויף די ליכט וואס איז גרייט גלייך צום צינדען, אבער יעדעס מאל איך צינד עס אן, שפיר איך ממש ווי א פרייער וואס צינדט אן א לעקטער-מנורה.


נאך די חתונה ביך איך געגאנגען אפאר יאר מיט א שטריימל ביים צינדען, אבער איינמאל האט מיין ווייב מיר געפרעגט פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ווען מיין טאטע גייט נישט, איך האב נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן און דעריבער האב איך אויפגעהערט צו גיין מיט א שטריימל. יעצט ווען מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן האב איך געוואלט צוריק טוישן, אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי מ'טוישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.


אויך ביים זיצן ביי די חנוכה לעכט האב איך פרובירט צו רעדן אביסל צום אייבערשטן, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום געפיל. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מסתמא בין איך זייער א נידריגער מענטש אז איך פיל נישט גארנישט, ווייל אנדערע ערליכע אידן ווערן זייער צופלאמט ביי די חנוכה לעכט.


אויך וועגן שפילן דריידל מיט קוויטלעך אום חנוכה, איז יעדעס יאר דא א גאנצע ויכוח ביי אונז, ווייל ביי מיין טאטע שפילט מען נישט קיין דריידל און נישט קיין קוויטלעך, אבער ביי מיין שווער שפילט מען ביידע. איך האב מורא געהאט דאס צו שפילן, ווייל כ'האב געהערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו שפילן קוויטלעך, אבער מיין ווייב וויל פון גארנישט הערן, אויב איר טאטע האט געשפילט קוויטלעך, איז עס גוט.


דער יום טוב חנוכה וואס דארף צו זיין א ליכטיגע און פרייליכע יום טוב, איז ביי מיר זייער טרויעריג און דערביטערט, איך שפיר יעדעס יאר ווי אנשטאט די לעכטעלעך זאלן שיינען איז עס טונקל פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן חיזוק און הדרכה, ווייל ענליכע פראבלעמען חזר'ן זיך איבער אויך דורכאויס די יאר, נישט נאר אום חנוכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון די מצוה אליינס? אז דו האסט זוכה געווען אנצוצינדן די הייליגע מנורה - דאס איז דאך די גרעסטע שמחה! וואס איז שייך העכער ווי טון די רצון פונעם אייבערשטן?! די אלע זייטיגע זאכן איז אויך חשוב, מען מאכט עס נישט אוועק, אבער מען דארף געדענקען זיך צו פרייען מיט די מצוה אליינס, אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט זוכן די אלע חכמות וואס מאכן מרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


מאך זיך נישט נאריש מיט מאכן אייגענע קנויטן וכדומה; אז דו ווילסט מאכן אייגענע קנויטן - קענסטו מאכן, און אז דו האסט צייט און כח צו גיין אין מקוה - גיי און מקוה, און אז דו האסט נישט קיין צייט, כח און מח פאר די זאכן - זאלסטו נישט זיין ביי זיך צעקלאפט, נאר גיי אנצינדן די מנורה מיט די גרעסטע שמחה.


אזוי זאלסטו טון ביי אלע מצוות, טון די מצוה מיט די גרעסטע שמחה. עס איז נישט גוט צו ווארטן אויף געפילן, די אלע זאכן זענען פון עצבות ומרה שחורה; מענטשן רעדן זיך איין אז אויב מען וויינט ביי א מצוה, מען ווערט גוט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א געלונגענע מצוה, אויב מען זיצט ביי די מנורה בעצבות, מען וויינט - דאס איז א געלונגענע חנוכה, און אויב מען איז פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און מען צינדט די מנורה, מען איז נישט טויט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א שוואכע חנוכה.


אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. עס וועט זיין שלום בית, עס וועט זיין געשמאק אין שטוב. דיין ווייב זוכט נישט דוקא צו שפילן קוויטלעך, זי וויל א פרייליכער מאן, א פרייליכע יום טוב, א פרייליכע צייט אין שטוב. זי זעט דיר אזוי דעפרעסט ביי די ליכט, זאגט זי: "קום שפילן קוויטלעך"; זי בענקט זיך צוריק צו איר טאטן אין שטוב ווען מען איז געווען פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט שמייכלען, דו וועסט טאנצן, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער - וועט זי נישט זוכן צו שפילן דעם שפיל. צדיקים זאגן אז עס ליגט א קליפה אין די שפיל פון קוויטלעך, ביי אונז האט מען דאס נישט געשפילט, אפילו אן געלט.


לייג אוועק אלע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; פריי זיך מיט די מצוה אליינס, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פרייט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#59 - קען א פשוטער איד צוקומען צו די מדריגות פון צדיקים?
צדיקים, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך זאגן אז יעדער קען צוקומען צו אלע מדריגות און השגות פון די גרויסע צדיקים, למעשה זעט מען דאך אזויפיל אידן וואס דינען דעם אייבערשטן מיט א שטארקייט, און זיי קומען נישט צו צו קיין מדריגות, וואס איז פשט פון דעם? און וואס איז יא דער וועג צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות פון די צדיקים?


אויך איך האב געזען קונטרס העבודה פונעם מהרש"ב פון ליובאוויטש זי"ע אז ווען מ'האט הנאות גשמיות, קען מען נישט שפירן קיין חיות אין עבודת ה'. איז שייך היינטיגע צייטן זיך אינגאנצן אפצושיידן פון הנאות גשמיות פון די וועלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין שאלה האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן. (שיחות הר"ן, סימן קע): "פַּעַם אַחַת שָׁאַלְתִּי אוֹתוֹ", איך האב געפרעגט דעם רבי'ן, "מַדּוּעַ כַּמָּה יְרֵאִים הִתְיַגְּעוּ בַּעֲבוֹדַת ה' הַרְבֵּה מְאֹד (שֶׁקּוֹרִין הָארִיוֶוין) וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגַת הַצַּדִּיקִים הַגְּדוֹלִים", מען זעט דאך אזויפיל ערליכע אידן וואס האבן זייער אסאך געדינט דעם אייבערשטן און זיי האבן נישט זוכה געווען צוצוקומען צו די מדריגה פון צדיקים? "הֵשִׁיב בִּפְשִׁיטוּת", האט מיר דער רבי געענטפערט: "מִסְּתָמָא לֹא הִתְיַגְּעוּ כָּל כָּךְ", מן הסתם האבן זיי נישט געהאריוועט.


אויף דיין צווייטע שאלה; עס איז דא כמה דרכים ביי צדיקים וואס איז די וועג זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן, עס איז געווען וואס האבן געהאלטן מען זאל זיך אפשיידן, זיך אינגאנצן אפטיילן פון עולם הזה; דאס איז א שווערע וועג, זייער ווייניג זענען זוכה זיך צו קענען אויסארבעטן, נישט האבן קיין שייכות מיט עולם הזה. דער רבי האט א וועג וואס איז גרינג פאר אלעמען, אנשטאט זיך שלאגן מיט די וועלט, אנשטאט זיך שלאגן ווען מען איז עוסק אין וועלט זאכן נישט הנאה צו האבן - זאל מען ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די זאכן; למשל, אז מען עסט - זאל מען טראכטן: 'איך עס כדי איך זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן', אז מען האט הנאה פון די עסן - זאל מען טראכטן: 'ווער מאכט די עסן? ווער מאכט די געשמאקע הנאה? דאס איז פונעם אייבערשטן', זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן; אזוי איז אין אלע זאכן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "בֶּאֱמֶת אֵין נִמְצָא שׁוּם תַּאֲוָה כְּלָל", ווי איז שייך בכלל תאוות? "כִּי אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה הוּא הֶכְרֵחַ לְקִיּוּם הַגּוּף", עסן דארף מען כדי מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען צו קענען דאווענען און לערנען, "וְגַם בָּנִים מֻכְרָחִים לְהוֹלִיד", חתונה האבן דארף מען צו קענען טון דעם רצון פונעם אייבערשטן - מקיים זיין די מצוה פון פריה ורביה, ווי איז שייך תאוות?! די וועג קענען אלע טון, אפילו מיר פשוט'ע מענטשן קענען אויך זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי האט געזאגט (שבחי הר"ן, סימן י; שיחות הר"ן, סימן קנד; ועוד): "איך האב זוכה געווען צו קומען צו מיין דרגה דורך אסאך התבודדות און תפילה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - ווי אזוי קען איך טרעפן א וועג אין עבודת ה' מיט חיות און געשמאק?
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן וואס איז אויפגעוואקסן אין א געוויסע חסידות, וואס שוין פון גאר יונג האב איך געזען אז די חסידות איז נישט פאר מיר, איך בין זייער א ווארעמער מענטש, פול מיר הרגשים, אבער אין אונזער חסידות גייט אלעס צו מער טרוקן און קאלט, אן קיין געפילן, און אזוי איז אויך אין מיין משפחה, מיין נאטור איז אבער פונקט פארקערט פון דעם, און דאס האט מיר געמאכט אסאך פראבלעמען אלס קינד און בחור.


איך האב פארשטאנען, און אזוי האבן מיר קלוגע אידן אויך געזאגט, אז ס'וואלט געווען בעסער פאר מיר צו גיין לערנען אין אן אנדערע ישיבה, נישט פון מיין חסידות, אבער מיינע עלטערן האבן זיך געשעמט אז איך זאל גיין לערנען אין די פרעמד, און אזוי זענען בחור'ישע יארן נישט געגאנגען אזוי גוט, איך האב נישט אזוי מצליח געווען.


לעצטנס האב איך געטראפן די קונטרסים "עצתו אמונה", און דאס האט מיר געעפנט א נייעם בליק אין לעבן, איך האב זיך ממש געטראפן אין די בריוו, איך שפיר אז דאס רעדט צו מיין הארץ, און איך וויל וויסן ווי אזוי איך קען ווערן א תלמיד פונעם ראש ישיבה שליט"א.


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען אנגיין מיט מיין וועג אין עבודת ה', און נישט נתפעל ווערן פון מיין משפחה און חברים. איך גלויב אז דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון מיר, און ס'איז דא אסאך וועגן צו דינען דעם אייבערשטן, מיין משפחה האלט אבער נישט אזוי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי קענסטו זיך באהעפטן צום הייליגן רבי'ן; אז דו וועסט לערנען די ספרים פון רבי'ן, זיך מאכן שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן און אין די שיחות פון רבי'ן - וועסטו זיך קענען פאררופן א תלמיד פון רבי'ן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפונט זיך אין זיינע ספרים; אזוי אויך זאלסטו זיך קובע זיין שיעורים אין די בריוו פון ספר אשר בנחל און אין די בריוו פון ספר עצתו אמונה. 'אשר בנחל' איז קאנצעטרירט דעם רבינ'ס ספרים און 'עצתו אמונה' איז אויך געשריבן וואס מוהרא"ש שרייבט, עס איז געשריבן פאר בחורים נאך מער באריכות.


איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט, מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן נאך די ליל שישי שיעורים: "נעם דעם שיעור און מאך פון דעם הונדערט שיעורים; צעטייל דאס און ברענג דאס אראפ פאר די בני הנעורים, אין זייער שפראך".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן. נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס, וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - ווי אזוי קען האלטן מיין שטוב, און זיך נישט גט'ן?
קינדער, שלום, תשובה, עבודת השם, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א.


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט האבן צייט צו ליינען מיין בריוו, איך פיל א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די צייט וואס דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר מיר, מיין ווייב, און מיינע קינדער, איך האף אז איך ווער כאטש פאררעכנט פונעם רבינ'ס מענטשן פאר די קויליטשעס כאטשיג. איך האב דערווייל נאכנישט זוכה געווען מקיים צו זיין וואס מ'האט מיר געלערנט, אבער איך וויל כאטש.


איך האב אויך זייער געוואלט זיין ראש השנה אין אומאן אבער איך האב זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג ווען דער ראש ישיבה האט געהייסן, און איך דארף אסאך חיזוק אויף דעם וואס איך האב נישט געקענט זיין דארט.


דער ראש ישיבה ווייסט מיין מצב, און ווען איך האב גערעדט צו איינע פון מיינע קינדער אז מען גייט זיך טיילן האב איך ערשט איינגעזען אין די ווערטער אז גט'ן איז נישט די עצה. איך וועל פרובירן אלעס וואס איך קען צוריקצודרייען און נעמען וואס מער חיזוק פונעם ראש ישיבה צו האבן א שיין לעבן.


איך בין שוין געווען ביי די גרעסטע און טייערסטע טערעפיסטן און שלום בית מאכערס פאר אזויפיל געלט, און איך ווייס אז איך האב נישט נאך א פלאץ אויסער היכל הקודש. איך נעם זיך אונטער צו געבן פאר היכל הקודש כאטש אזויפיל וויפיל איך האב שוין געטיילט פאר אלע טעראפיסטן בלי נדר.


ביזדערווייל האב איך היינט נאכאמאל אנגעפאנגען לייגן תפלין יעדן טאג. איך וויל וויסן ווי לאנג זאל איך מיך האלטן צו דעם פאר איך נעם זיך אונטער די קומענדיגע זאך. איך בעט זייער אויב דער ראש ישיבה קען מתפלל זיין פאר מיר און מיין ווייב און קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף דו וועסט איינמאל פאר אלעמאל ארויסקלאפן פון קאפ די בייזע רוח וואס לויפט דיר נאך שוין א לאנגע צייט - זיך צו גט'ן; וואלסטו נישט געהאט קיין קינדער וואלט איך זיך נישט אריין געמישט, אבער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן זיסע קינדער שפיר איך א פליכט איך זאל דיר צוריק האלטן פון זיך גט'ן, דו טארסט דאס נישט טון פאר דיינע קינדער.


ווען עלטערן גט'ן זיך - ליידן די קינדער, די קינדער פאלן קרבנות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח; פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: "פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, פארוואס וויינט נישט דער שלחן, די מנורה, די ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: 'מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


אז עס איז דיר שווער מיט דיין ווייב זאלסטו זיך אליינס פארבעסערן; אז דו וועסט זיך פארבעסערן, דו וועסט אנהייבן גיין אין די וועג פון די תורה וועט זי זיך טוישן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפ'ן פסוק (בראשית ב, יח) "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה - עוֹזַרְתּוֹ, לֹא זָכָה - כְּנֶגְדּוֹ; אז מען איז זוכה איז די ווייב מיט איר מאן און זי העלפט אים, אויב איז מען נישט זוכה איז די ווייב א כנגדו, אלעס טוט זי פארקערט פונעם מאן; אלעס איז אנגעהאנגען אין דיר, אז דו וועסט אפלאזן דיינע שלעכטע וועגן, דו וועסט צוריק קומען צום אייבערשטן, אנטון תפילין יעדן טאג, דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, זיך קובע זיין שיעורים אין די הייליגע תורה - וועט זיך אלעס טוישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - איז דא א פראקטישע עצה ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד?
קדושה, תשובה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר זייער וויי אז איך דארף פרעגן אזא שאלה, אבער דאך אפשר וועל איך געהאלפן ווערן ממילא לוינט זיך עס.


ליידער בין איך שטארק איינגעזונקען אין פגם הברית, אזוי ווייט אז איך קוק א גאנצן טאג ראיות אסורות, און אויך קען איך אסאך מאל שטיין לאנג אויף די גאס סתם באטראכטן אלע סארט פרויען. אין נאך ערגערס פון דעם, איך חלום אפילו ביינאכט פון די אלע סארט זאכן. איך בין ממש אויסגעלאשן פון יעדע התעוררות אז איך ווייס אפילו נישט צי עס לוינט מיר צו תשובה טוהן, איך זוך נאר א גאנצן טאג וואו איך קען האבן מער תאוות וכדומה, איך האב א איבריגע מינוט טו איך נאך עבירות, איך טראכט א גאנצן טאג נאר פון דעם.


אפשר האט דער ראש ישיבה פאר מיר א פראקטישע עצה וואס קען באמת העלפן צו עוקר זיין אינגאנצן די פראבלעם און טוישן די גאנצע מחשבה? איך פיל אז דער רבי העלפט מיר נישט, וויפיל איך האב נאר פרובירט, איך וואלט זייער געוואלט פרעגן אפשר איז דא עפעס אנדערש וואס וועט מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב פאר דיר אן עצה וואס קען אינגאנצן עוקר זיין דיין פראבלעם און טוישן דיין גאנצע מחשבה; נעם די עצה פון לערנען משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען אים ארויסנעמען פון די עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, "כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט אונז מגלה געווען די זאך אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויס קריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד'".


דערפאר, אז דו זוכסט אן עצה וואס קען אינגאנצן עוקר זיין דיין פראבלעם און טוישן דיין גאנצע מחשבה, נעם די עצה פון לערנען משניות, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט, דער עיקר זאלסטו זאגן די ווערטער פון משניות; פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס האט א וואונדערליכע כח צו הרג'נען דעם יצר הרע.


דער הייליגער מהר"ם פאפירש זאגט (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיט'ן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיךְ נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפ'ן מענטש.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג משניות, דו וועסט דאס טון מיט א שטארקייט וועט אינגאנצן נעקר ווערן דיין פראבלעם, עס וועט טוישן דיין גאנצע מחשבה, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער מען זאגט משניות איז מען זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, מען ווערט ריין. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


עס איז דא נאך אסאך עצות פון רבי'ן ארויס צו קריכן פון די הענט פונעם שטן, אבער די עצה פון לערנען משניות איז בדוק ומנוסה; הונדערטער און טיזנטער מענטשן האבן זיך שוין צוריק געקערט צום אייבערשטן דורך די עצה פון זאגן משניות. איך פערזענליך ווייס פון צענדליגער און הונדערטער בחורים וואס זענען שוין געווען ביי די נישט גוטע, זיי זענען געווען איינגעזינקען אין פגם הברית ביז איבער די אויערן, און דורך די עצה פון משניות, זיי האבן גענומען משניות פאר זייער ציל - זענען זיי ארויס אינגאנצן פון די טומאה און זענען געווארן ערליכע אידן.


מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות, עס גייט נישט איבערנאכט; אבער דער וואס האט סבלנות, דער וואס לערנט די הייליגע תורה יעדן טאג - דער ווערט א גרויסער צדיק.


דו קענסט נאך זיין א גרויסער צדיק אויב דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן.

#55 - ווי אזוי ווערט מען אן ערליכער איד?
התחזקות, תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיין אן ערליכער איד, ווי אזוי באווייזט מען דאס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און דער הייליגער רבי נתן זאגט אויף דעם (שם): דאס גייט ארויף אויף די ספרים פון רבי'ן, ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן און פרובירט צו פאלגן ווערט אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווייל די ספרים האבן א מורא'דיגן כח אויפצואוועקן א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן.


אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד דארפסטו וויסן א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי מען איז נישט ווערד, ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאן.


דערפאר אז דו ווילסט זיין א ערליכער איד, דו ווילסט זיין נאנט צום אייבערשטן - זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט ווערן דערשראקן ווען מען פרובירט דיר אויס מיט שווערע נסיונות, דו זיי שטארק נישט אפצולאזן דיין גוטע ווילן, ווייל מען גייט דיר פרובירן אראפ צו ווארפן, מען גייט דיר פרובירן צוריק צו כאפן צו די אלטע וועג.


געדענק וואס דער רבי זאגט (שם): "כִּי כֵן דֶּרֶךְ הַבַּעַל דָּבָר וְהַסִּטְרָא אָחֳרָא, כְּשֶׁרוֹאֶה שֶׁהָאָדָם סָמוּךְ סָמוּךְ מַמָּשׁ לְשַׁעֲרֵי הַקְּדֻשָּׁה, וְכִמְעַט שֶׁיִּכְנֹס - אֲזַי הוּא מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד רַחֲמָנָא לִצְלָן", דאס איז די וועג פון די סטרא אחרא ווען זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין אט אט זיין אן ערליכער איד, זיי זעען ווי דער מענטש גייט שוין כמעט אריין אין די טיר פון קדושה, דעמאלט פארלייגן זיי זיך זייער שטארק אויפ'ן מענטש מיט א מורא'דיגע שטארקייט רחמנא לצלן, און ווען דער מענטש ווייסט נישט אז דאס איז נאר אים אוועק צו שלעפן און אים צו צעברעכן - געבט ער אויף און לאזט אלעס אפ.


התבודדות איז א זאך וואס מען קען נישט אוועק פאלן פון דעם; אנדערע עבודות השם וואס א מענטש איז זיך מקבל - קען ער נאך פן דעם אראפפאלן, אנדערש איז התבודדות וואס דאס בלייבט מיט'ן מענטש אין אלע צייטן; איז מען אין א גוטע פלאץ - רעדט מען דארט צום אייבערשטן, איז מען אראפגעפאלן, מען איז אין נישט א גוטע פלאץ - רעדט מען דארט צום אייבערשטן.


דאס זאגט דוד המלך (תהילים, קלט): "אִם אֶסַּק שָׁמַיִם", אז איך פלי אין הימל, איך בין אין א מצב אזוי ווי א מלאך, "שָׁם אָתָּה", איז דער אייבערשטער דארט, איך רעד צו אים פון דארט, "וְאַצִּיעָה שְּׁאוֹל", און אויב איך בין אראפגעפאלן אין די טיפע גיהנום, איך ליג אין עבירות רחמנא לצלן - "הִנֶּךָּ", איז דער אייבערשטער ווייטער מיט מיר, איך רעד צו אים פון דארט; דאס רעדן צום אייבערשטן גייט מיט מיט'ן מענטש אין אלע צייטן און אין אלע זיינע מצבים, אזוי ווי א מאמע וואס גייט מיט מיט איר קינד, אפילו די קינד פארשמירט זיך בלייבט די מאמע געטריי פאר'ן קינד, אזוי איז דאס רעדן צום אייבערשטן (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עח).


היינט איז זייער גרינג צו ווערן אן ערליכער איד; אמאליגע צייטן ווען מען האט געוואלט זיין אן ערליכער איד האט מען געדארפט טון שווערע עבודות, מען האט געדארפט פאסטן און זיך מסגף זיין וכו' וכו' - ביז מען האט זוכה געווען זיך אויפצוהייבן אביסל פון די וועלט און ווערן נענטער צום אייבערשטן, היינט האבן מיר דער רבי, דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, דורך די וועג פון התבודדות, מען זאל זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז באקוועם צו רעדן, כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער חבר; אים אלעס דערציילן, אלע זאכן וואס מען טוט און אלע מעשים און מחשבות אין וואס דער יצר הרע ווארפט אים אראפ, דאס ברענגט דעם מענטש ער זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - וואס האט די חסיד'ישע זאכן און די קבלה זאכן מיט מיר
שלום בית, קשיות, חסידות, עבודת השם, בארד און פאות, קבלה, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגען א קשיא וואס איז אביסל סענסיטיוו און ס'ליגט מיר שוין אויפ'ן הארץ זייט איך בין א יונגער בחור, ממילא זאלט איר פארשטיין אז איך קום נישט חס ושלום אטאקירן, נאר פונקט פארקערט, ווייל איך האב אין ערגעץ נישט געקענט באקומען א תשובה, פרעג איך עס דא, ווייל איך האף אז דא וועל איך באקומען קלארקייט. איך שעפ אסאך חיזוק פון די קונטרסים פון מוהרא"ש, און די בריוון און שיעורים פון ראש ישיבה, ממילא האף איך אז אפשר דא וועל איך ענדליך באקומען א הסבר אויף וואס באדערט מיר.


איך וועל זיך באציען צו א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר אינגערמאן וואס פרעגט אויב ער מעג אביסל צופיצן די בארד ווייל זיין ווייב וויל עס זייער שטארק, און דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז די בארד איז די צינורות השפע, און אז מ'שערט די בארד פארלירט מען די פרנסה. דאס פארשטיי איך נישט, טרעפן מיר דען נישט צענדליגע טויזענטער אידן וואס שערן זיך די בארד און האבן יא פרנסה בריוח? צווייטנס, שניידן די בארד מיט א שערל איז דאך מותר על פי הלכה? דריטנס, די גמרא זאגט דאך אז מ'באקומט גאר עשירות פאר'ן מכבד זיין די ווייב, און דא קומט א אינגערמאן וואס וויל מכבד זיין די ווייב, און טון א זאך וואס איז אויסגעהאלטען להלכה, און מ'זאגט אים אז ער וועט דורכדעם פארלירן זיין פרנסה?


אבער דער עיקר האט מיר געשטערט וואס איר שרייבט וועגן די צינורות השפע, באמת איז די קשיא מיר אלץ שווער געווען אויף אלע ספרי חסידות. ס'איז זיכער אז די סודות התורה זענען א חלק פון די תורה, און מיר גלייבן אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, אבער מיר זענען דאך פשוטע אידן, וואס האבן די אלע זאכן מיט מיר?


איך ווער זייער צעמישט ווען איך פרוביר צו לערנען חסידי'שע ספרים און זיי הייבן אן צו רעדן פון בחינות און עולמות, זאכן וואס איך שפיר עס האט נישט קיין שום שייכות מיט מיר. איך פארשטיי דער וועלט, און איך קען אפילו אביסל פארשטיין תורה, כאטש איך ווייס אז ס'ליגט טיפע סודות באהאלטען אין יעדער אות, אבער ווען ס'קומט צו חסידות הייב איך נישט אן צו פארשטיין. ביטע העלף מיר צוציקומען צו א הבנה אין דער חלק פון תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רייסן קריעה ווען מען ליינט דיינע ווערטער; ווי שעמסטו זיך נישט צו שרייבן אויפ'ן הייליגן זוהר אז דאס איז נישט א חלק אין די תורה? ווי קען מען זאגן אויף די בארד און פיאות אז דאס איז נישט אידישקייט?!


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


מען דארף רייסן קריעה אויף די ווערטער וואס דו שרייבסט אז מען דארף טון אלעס וואס די ווייב בעט! די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "כָּל הַהוֹלֵךְ בַּעֲצַת אִשְׁתּוֹ נוֹפֵל בַּגֵּיהִנֹּם", ווער עס פאלגט די ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות עצה, סימן ט): "הַהוֹלֵךְ אַחַר עֲצַת אִשְׁתּוֹ, נוֹפֵל בְּגֵיהִנֹּם", ווער עס גייט נאך די עצה פון זיין ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום; אך און וויי פאר די וואס גייען נאך די ווייב און טוען אלעס וואס זיי בעטן.


דאס וואס דו מישט אויס די יוצרות, דו שרייבסט אז אויב מען פאלגט די ווייב ווערט מען רייך; אויף דעם זאגן חז"ל (בבא מציעא, שם) עס ווענדט זיך וואס זי וויל, וואס זי פארלאנגט; ווען עס רעדט זיך פון שטוב זאכן אדער סתם וועלט זאכן, דעמאלט איז גוט מיט צו גיין מיט איר און זיך נישט עקשנ'ען און זיכער נישט טענה'ען און מאכן וויכוחים, אבער ווען עס רעדט זיך פון גיין קעגן די תורה - טאר מען נישט נאך גיין די ווייב, ווייל ביים סוף קומט מען אן אין גיהנום.


א מאן דארף האבן שטארקע פרינציפן וואס ער בייגט זיך נישט דערביי פאר קיינעם. מען דארף אוועק שטעלן שטארקע פרינציפן אין שטוב, גדרים וסייגים כדי מען זאל חס ושלום נישט אנקומען עובר צו זיין אויף קיין שום איסור, בפרט אין שמירת המצות, וואס אפילו זי וויינט און שרייט טאר מען נישט נאכגעבן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט מותר זיין בשום פנים ואופן. סיי אין כשרות, ביים עסן וכו' און סיי אין די וועג ווי אזוי מען טוט זיך אן וכו'; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פ:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלּוֹת", פרויען זענען נישט אזוי שטארק; נאר ווען עס קומט צו וועלט זאכן וכדומה, דארט דארף מען געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא גָּחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", בייג אראפ דיין גאוה און הער אויס וואס זי זאגט.


אויף דיין אנדערע פראגע: "מען זעט דאך טויזנטער מענטשן וואס שניידן די בארד און האבן פרנסה וכו' וכו'"; די פראגע קען דיר מאכן פאר א גרויסער אפיקורס, די פראגע האט נישט מיט שניידן די בארד, די פראגע זאגן די אפיקורסים אויף אלע מצוות וואס דער אייבערשטער הייסט.


דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זענען דאך פשוט'ע אידן וכו'"; אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין א פשוט'ער איד זאלסטו אננעמען די ווערטער פון די צדיקים וואס נאר זיי ווייסן וואס איז א פשוט'ע איד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדריידט די וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#53 - ווי אזוי קען איך זיך צוריק אויפפרישן אזוי ווי אמאל?
בחור, התחדשות, עבודת השם, יום טוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר האט נישט קיין אנונג וויפיל אידן איר זענט מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך בין אן אכצן יעריגער בחור, אלס יונגער בחור אין ישיבה קטנה, און אויך א יאר צוויי שפעטער, האב איך זייער פלייסיג געלערנט, איך האב זייער מצליח געווען אין ישיבה, איך בין אויפגעשטאנען יעדן טאג פרי, געלאפן אין מקוה, געדאווענט און געלערנט, ס'איז געווען א מחי'.


אבער אין די לעצטע יאר צוויי איז מיר געווארן זייער שווער, איך האב נישט קיין געדולד מער צו לערנען, איך באקום קאפ ווייטאג פון לערנען, און איך בין געווארן היבש נאכגעלאזט. דאס איז אויסער די שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ובפרט אויף א בחור, ווי אויך האב איך שוועריקייטן אין די משפחה מיט מיינע געשוויסטער, איך האב איין שוועסטער וואס איז ליידער זייער שטארק געפאלן, זי איז אריינגעפאלן אין דראגס און אין שלעכטע זאכן, און דאס מאכט זייער שווער דער מצב אין שטוב, איך ווייס נישט ווי אזוי איך דארף זיך פירן מיט איר.


אויסער דעם איז מיר זייער שווער יעדעס מאל פאר ס'קומט א יום טוב. לעצטנס איז געווען דעם יום טוב שבועות, און איך איך האב אזוי מורא געהאט וואס ס'וועט זיין די גאנצע נאכט פון שבועות. באלד קומט שוין די הייליגע טעג, און איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וועל דורכמאכן די לאנגע תפלות.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען; ממש אזוי ווי דו שרייבסט, ווי עס פלעגט זיין ביי דיר - אויפגעשטאנען פרי, געלאפן אין מקוה, געדאווענט און געלערנט. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאך נישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי דו פאלסט אראפ און דו הייבסט זיך צוריק אויף און דו דינסט ווייטער דעם אייבערשטן, דעמאלט וועל איך הנאה האבן פון דיר".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "כְשֶׁרוֹצֶה אָדָם לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי הַתְּשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון, "צָרִיךְ לִהְיוֹת בָּקִי בַּהֲלָכָה", דארף וויסן אז נישט אלץ גייט מען אויף ארויף, מען דארף זיין באקאנט ווי אזוי צו גיין מער און מער און מען דארף זיין באקאנט ווי אזוי מען גייט אויף צוריק; דער רבי רופט דאס אן "בָּקִי בְּרָצוֹא, בָּקִי בְּשׁוֹב". ווייל אויב מען ווייסט נאר פון איין וועג, מען ערווארט צו גיין העכער און העכער, נאכדעם ווען מען זעט אז מען גייט נישט העכער און העכער ווערט מען צעפאלן.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן בעבודת השם, דו זאלסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן לויט דיינע כוחות וואס דו האסט; זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג און זיי זיך קובע צו לערנען אביסל תורה. מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום - יעדן טאג אביסל, נאכדעם זאלסטו לערנען אביסל משניות און גמרא, לערן ווי אזוי עס גייט, אז דו פארשטייסט איז גוט און אז דו פארשטייסט נישט, דו קענסט זיך נישט מצמצם זיין דיין מח מחשבה צוליב די אלע שוועריקייטן וואס גייען אריבער אויף דיר - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט דער אייבערשטער האבן גרויס תענוג און פרייד פון דיר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד: "ווען איך וועל זען ווי עס גייט איבער און דו וועסט זיין שטארק, דעמאלט וועל איך הנאה האבן פון דיר".


בנוגע דיין אנגעצויגנקייט וואס דו האסט פון ימים טובים; טו וואס דער רבי פלעגט טון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער פאר'ן אייבערשטן דעם גאנצן טאג און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן - סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך - זאגט דער רבי - ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פאר'ן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד", אזוי בין איך רואיג און פרייליך ווי אזוי דער שבת און יום טוב פירט זיך, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן; זוך נישט צו נאכמאכן דיינע אלטע צייטן, דין דעם אייבערשטן לויט די יעצטיגע מצב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - מיין אינגל נעמט יעדע מצוה מיט צופיל דרוק, ווי אזוי העלף איך אים?
חינוך הילדים, שמחה, עבודת השם, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די דרשות און חיזוק, זיי מאכן מיר קלאר דעם מח, און ווארעמען אן מיין הארץ.


איך וויל פרעגן ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מיין אכט יעריג אינגל, וואס האט לעצטנס אסאך אבסעסיעס. ער וואשט כסדר די הענט ער זאל נישט זיין טמא, ער האלט אין איין מאכן חשבונות אויב ער האט געטון אן עבירה, אפשר האט ער פארגעסן צו מאכן ברכות, און אזוי ווייטער. ער האלט אין איין תשובה טון, ער בעט כסדר איבער זיינע געשוויסטער, אבער אלעס מיט א געוואלדיגע דרוק און פרעשור.


ווי אזוי האנדלט מען אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו קינדער; בפרט ווען מען לערנט מיט זיי מצוות דארף מען אכטונג געבן ווי אזוי מען לייגט זיי דאס אריין, זיי זאלן דאס נישט נעמען מיט נערוון, זיי זאלן נישט טון די מצוות מיט חכמות וכו'.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


יעצט ווען עס איז שוין אריין אין אים מיט א פרעשור, ער טוט די מצות מיט מרה שחורה קען מען דאס נאר ארויסנעמען מיט חכמה, מען קען נישט חוזק מאכן פון אים אדער אים נייטן צו טון אנדערש, מען דארף זען מיט חכמה דאס ארויסנעמען; אים אויפהייבן מיט גוטע ווערטער, אים אויסלויבן ווי וואויל ער איז און ווי טייער ער איז – דורכדעם וועט אוועק פאלן די נערוון. ווען ער וואשט זיך די הענט נאכאמאל און נאכאמאל זאל מען אים זאגן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמונה, סימן כז): "מִי שֶׁמְּנַקֶּה בְּכָל עֵת יָדָיו, עַל-יְדֵי-זֶה מְזַכֶּה אֶת לִבּוֹ", ווער עס וואשט זיך כסדר זיינע הענט מיט דעם וואשט ער זיך אפ זיין הארץ; און ווען ער מאכט זיך א חשבון הנפש וכו' דארף מען אים אויסלויבן ווי ער לעבט מיט'ן אייבערשטן; ווען ער בעט איבער די געשוויסטער זאל מען דאס אויסלויבן, דאס גרויסקייט פון אכטונג געבן אויף אנדערע און אזוי ווייטער; מען דארף מאכן אן עסק פון אים לטובה, אזוי וועט אוועק פאלן אלע נערוון. ווייל נערוון גייט נישט צוזאמען מיט שמחה; שמחה שטופט אוועק עצבות און מרה שחורה.


בעסער וואלט געווען ווען עס איז נישט דא די גאנצע פרעשור, אבער אז עס איז שוין דא קען מען זיך נישט קריגן מיט דער סארט יצר הרע, מען דארף זען מיט חכמה ווי אזוי מען ווערט פטור דערפון.

#51 - ווי אזוי איז מען מייחד יחודים?
עבודת השם, יחודים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען ברענגען פונעם אר"י הקדוש אז מייחד צו זיין יחודים איז גרעסער פון לימוד התורה, וויל איך וויסן ווי אזוי הויבט מען אן דאס צו טון, און ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'טוט עס ריכטיג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הייב אן טראכטן פונעם שם הוי"ה ברוך הוא; טראכט פון אות י', אות ה', אות ו' און אות ה'. און לייג דאס צוזאמען פאר דיינע אויגן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ב) אז אלס אינגל פלעגט ער שטענדיג פרובירן צו טראכטן פונעם שם הוי"ה ברוך הוא, ער האט געוואלט מקיים דעם (תהלים טז, ח): "שִׁוִּיתִי ה' לְנֶגְדִּי תָמִיד", ער פלעגט זיך זייער אנשטרענגען אויסצומאלן די אותיות פונעם אייבערשטנס נאמען פאר זיך, דאס האט געמאכט אז ער זאל נישט קענען מיט האלטן און פארשטיין וואס דער מלמד האט געלערנט מיט אים, ווייל ער האט שטענדיג געטראכט פונעם אייבערשטן.


צוביסליך וועסטו זיך צוגעוואוינען צו דעם, נאכדעם זאלסטו גיין ווייטער; זאלסט מייחד זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען מיט די פיר וועגן דורך דעם מילוי פון ע"ב, ס"ג, מ"ה און ב"ן; דער אות י' איז דער מספר צען, אבער ווען מען זאגט ארויס יו"ד ווערט דאס צוואנציג, און אזוי מיט די אנדערע אותיות; זאלסטו זיך אויסמאלן מיט דיינע אויגן ווי דו זעסט דעם נאמען פונעם אייבערשטן געשריבן אלע פיר אותיות אנגעפילט מיט דעם אות יו"ד, אזוי: יו"ד, ה"י, וי"ו און ה"י; וואס צוזאמען באטרעפט דאס צוויי און זיבעציג (ע"ב). נאכדעם זאלסטו זיך אויסמאלן מיט דיינע אויגן ווי דו זעסט דעם נאמען פונעם אייבערשטן געשריבן דריי אותיות אנגעפילט מיט דעם אות י', אזוי: יו"ד, ה"י וא"ו און ה"י; וואס צוזאמען באטרעפט דאס דריי און זעכציג (ס"ג). נאכדעם זאלסטו זיך אויסמאלן מיט דיינע אויגן ווי דו זעסט דעם נאמען פונעם אייבערשטן געשריבן די אותיות אנגעפילט מיט דעם אות א', אזוי: יו"ד, ה"א, וא"ו און ה"א; וואס צוזאמען באטרעפט דאס פינף און פערציג (מ"ה). נאכדעם זאלסטו זיך אויסמאלן מיט דיינע אויגן ווי דו זעסט דעם נאמען פונעם אייבערשטן געשריבן די אותיות אנגעפילט מיט דעם אות ה', אזוי: יו"ד, ה"ה ו"ו און ה"ה; וואס צוזאמען באטרעפט דאס צוויי און פיפציג (ב"ן).


וויסן זאלסטו אז יעדעס מאל מען איז מייחד א ייחוד, מען טראכט פונעם אייבערשטן איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן. דער אריז"ל זאגט אז דער אייבערשטער האט זייער הנאה ווען מען איז מייחד זיין נאמען; אין אנהייב איז דאס נישט גרינג, ווייל אונזער גאנצע קאפ איז פול מיט נארישקייטן, מיט שלעכטע תאוות און שלעכטע מידות, אבער ווי מער א מענטש ארבעט זיך אויס, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן און ער נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, נאר דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי און מדבר. ווען א מענטש ווייסט אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דעמאלט לייכט אים די אלע שמות.


וואויל איז דעם וואס קען כאטשיג איינמאל א טאג מייחד זיין די אלע שמות, וועט ער זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - וועלכע חומרות זענען וויכטיג און וועלכע נישט?
עבודת השם, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ס'איז דא א פלאץ וואו מ'קען פרעגן אלע סארט שאלות, און באקומען אזעלכע קלארע ענטפערס.


איך בין אויפגעוואקסן אין זייער א שטארקע פרומע סביבה, מיט פילע חומרות און דקדוקים, און דאס האט מיר געברענגט א שטארקע דערווייטערונג פון אידישקייט, ס'איז געווען צופיל פאר מיר. ביז ווען איך בין אנגעקומען צו די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס רעדט פון פשוטע אידישקייט, פון היטן שבת און לייגן תפלין, און אז דער אייבערשטער וויל מיר זאלן זיין פשוטע אידן, היטן תורה און מצות אן קיין איבריגע חומרות, און דאס געבט מיר אסאך חיזוק אין אידישקייט.


למעשה בין איך אבער געווארן אביסל צעמישט, ווי אזוי ווייסט מען וועלכע חומרות זענען יא וויכטיג, חומרות פון די פריערדיגע צדיקים, און וועלכע חומרות זענען סתם איבריג און ס'פעלט נישט אויס צו אידישקייט?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר דאס קלאר שטעלן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים, איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; אפילו די אלע חכמות וואס מען האט אין עבודת השם האט אויך נישט דער רבי געהאלטן דערפון, ווייל דאס ווארפט אראפ דעם מענטש און צום סוף לאזט מען אלעס אפ, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם', 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


אז דו ווילסט וויסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, וואס פאר א חומרא מען דארף יא מקפיד זיין, זאלסטו לערנען אסאך דעם רבינ'ס ספרים וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט. ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמג): "כְּבָר הָיָה לוֹ חֵשֶׁק כַּמָּה פְּעָמִים לַעֲשׂוֹת הֲלָכוֹת פְּסוּקוֹת עַל הַשֻּׁלְחָן עָרוּךְ לְבָאֵר כָּל דִּין וָדִין בַּהֲלָכָה פְּסוּקָה אוֹ לְהַצִּיג הֲלָכָה כְּדִבְרֵי מִי מֵהַפּוֹסְקִים אֵצֶל כָּל דִּין וָדִין", איך האב געהאט חשק צו מאכן א ספר אויפן שלחן ערוך אנצוצייכענען אויף יעדע הלכה וואס דער דין איז הלכה למעשה, "אַךְ עַכְשָׁו שֶׁיָּצָא זֶה הַסֵּפֶר לָעוֹלָם לֹא יִהְיֶה עִנְיָן הנ"ל", אבער אזוי ווי עס איז ארויס געקומען דער ספר 'ליקוטי מוהר"ן' פעלט דאס שוין נישט אויס.


מוהרא"ש איז מסביר, וואס פאר א שייכות האט ליקוטי מוהר"ן מיט הלכה, דער ספר ליקוטי מוהר"ן רעדט דאך נישט פון הלכה?! נאר ווען מען איז זוכה צו לערנען אסאך דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו באקומען א קלארע און לויטערער כח המדמה צו וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון. בפרט אז דו וועסט לערנען די הייליגע בריוון פון ספר "אשר בנחל" וועסטו וויסן ביי יעדע פרט ווי אזוי זיך צו פירן און אלע מצוות וועסטו טון פול מיט שמחה און דביקות בהשם יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#49 - איין מינוט בין איך גוט און איין מינוט שלעכט, וואס טוט מען?
התחזקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב איך בין אן ערליכער איד. פון איין זייט טראכט איך אסאך פונעם אייבערשטן און פון תכלית הנצחי, אבער למעשה שפיר איך ווי א מעורב טוב ורע, וויבאלד ווען ס'קומט צו גיין אין גאס קען איך זיך נישט שטארקן אויף מיין יצר הרע, איך מוז קוקן אויף זאכן וואס מ'טאר נישט, און צו די זעלבע צייט קען איך ווייטער טראכטן פונעם אייבערשטן.


ווי אזוי ארבעט דאס? אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר דאס פארענטפערן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן; לאז זיך נישט צעברעכן פון די בלבולים וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין קיצור ליקוטי מוהר"ן השלם, חלק א', סימן ו): "העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'"; דאס איז די גרויסקייט פון א איד, אז ער דערהאלט זיך און פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, אפילו עס זעט אים נישט אויס ווי ער קריכט ארויס פון זיינע שלעכטע מעשים. פארקערט, עס דאכט זיך אים אז ער ווערט נאר ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן - דאך גייט ער ווייטער אן מיט זיין עבודת השם; מיט תורה, תפילה ומעשים טובים.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער האט געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זיין סיפור התקרבות (יעדער ברסלב'ער חסיד האט זיין מעשה ווי אזוי ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן), אז ווען ער איז נאך געווען א בחור און עס איז אויף אים אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער איז געווען שבור ורצוץ - איז ער אמאל אנגעקומען אין א ברסלב'ע שטיבל אין ווארשע. פונקט ווען ער איז אריין געקומען האט ער געהערט ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן אויפן קול, בזה הלשון: "ברודער, ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מען פאלט דארף מען זיך אויפהייבן"; האט דער איד דערציילט פאר מוהרא"ש: "ווען איך האב געהערט די ווערטער איז דאס אריין אין מיר מיט אזא שטארקייט, איך האב געטראכט 'דאס איז דאך ממש וואס איך דארף הערן', פאר די ווערטער האט זיך מיר געלוינט צו קומען אהער", און אזוי איז ער מקורב געווארן צום רבי'ן.


שטארק זיך ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן און קוק נישט אויף דעם אז דו האלסט אין איין אראפפאלן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל - אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", א מענטש דארף זיין זייער א גרויסער עקשן נישט אפצולאזן זיין עבודת השם - סיי אין תורה סיי אין תפילה, "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", געדענק גוט וואס איך זאג דיר - זאגט דער רבי - ווייל ווען דו וועסט אנהייבן דינען דעם אייבערשטן וועסטו דאס דארפן גוט וויסן, "כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ", ווייל מען דארף זיין א גרויסער עקשן נישט אויפצוהערן דינען דעם אייבערשטן ווען עס גייט אריבער ספיקות און בלבולים וכו' וכו', מען דארף זיך האלטן מיט אלע כוחות; לערן דורך דעם גאנצן תורה וועסטו האבן שטארקע חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ווי מער איך קום צוריק צום אייבערשטן, שפיר איך אז ער דארף מיר נישט
התחזקות, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש קומט צוריק צום אייבערשטן, שפירט ער אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, ווייל איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז נאר ביי מיר אזוי, און יעצט זע איך אז דאס איז די זעלבע ביי יעדן איינעם.


ביי מיר גייט עס אבער נאך ווייטער, די געפיל אז דער אייבערשטער דארף מיר נישט, מאכט מיר אז איך זאל ווערן שוואכער אין לערנען, אין דאווענען, און נאך מער אראפפאלן רחמנא ליצלן.


וויל איך וויסן אויב דאס איז אויך א נארמאלע זאך ביי יעדן איינעם, אדער איך בין דער פראבלעם? און וואס איז די עצה דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר וכו'; עס איז נישט אמת אז דער אייבערשטער דארף דיר נישט, פארקערט, דער אייבערשטער שטייט און ווארט יעדע רגע דו זאלסט צוריק קומען צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם; "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", און ווער עס וויל צוריק קומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריק קומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ רייסט זיך ארויס פון דארט און ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


די מחשבות וואס דו טראכסט אז דו ביסט שוין נישט ווערד און דער אייבערשטער דארף דיר נישט - דאס איז עצת היצר. ער שפילט מיט יעדע מענטש דעם זעלבן שפיל; קודם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות און שפעטער ווען ער זעט אז דער מענטש וויל תשובה טון לייגט ער אריין אין אים א סם המות, אז דער מענטש הייבט אן טראכטן אז מען דארף אים נישט, ער הייבט אן דמיונ'ען אלע סארט דמיונות רחמנא לצלן אז ער איז שוין דערנאך חס ושלום.


אז דו ווילסט פטור ווערן פון די מחשבות זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך: 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען האט שוין געוואלט זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע, און דאס וואס מען שפירט אז מען דארף אים נישט וכו'.


פאלג דעם רבי'ן; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהין גיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און דו דארפסט מיר נישט. איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות אז 'איך בין שוין א פארפאלענער', איך בין אזוי דערשראקן פון די מחשבות אז דאס אליינס מאכט מיר איך זאל נאך מער אראפ פאלן, איך פאל און איך פאל אראפ ביז איך טראכט אז איך קען שוין נישט תשובה טון.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן. איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס און שמוציגע קליפס, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר; מיינע אויגן זענען צו דיר געוואנדן: הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם, כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ - כֵּן עֵינֵינוּ אֶל ה' אֱלֹקֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#47 - ווי אזוי שעמט מען זיך פונעם אייבערשטן?
התחזקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק.


איך הער אסאך ביי די שיעורים אז מ'דארף זיך שעמען פונעם אייבערשטן, איך פארשטיי אבער נישט וואס דאס מיינט. זיך שעמען פון א מענטש פארשטיי איך אז דער מענטש מיינט דאך אז איך בין ווער ווייסט וואס, און פלוצלינג האט ער מיר געכאפט ביי די מעשה, ווער איך פארשעמט; ווען עס קומט אבער צום אייבערשטן, וואס ער באגלייט מיר ביי טריט און שריט, ער ווייסט אלעס וואס כ'האב געטון, גערעדט, און געטראכט מיין גאנץ לעבן, איז עס נישט אזוי ווי ער האט מיר פלוצלינג געכאפט ביי עפעס שלעכטס, ממילא וואס איז שייך זיך צו שעמען?


איך האף איר וועט מיר דאס קלאר שטעלן. יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאר דער הייליגער תנא רבי יוחנן בן זכאי איז נפטר געווארן זענען געקומען זיינע תלמידים זיך געזעגענען פון אים און זיי האבן אים געבעטן (ברכות כח:): "רֶבִּי, בָּרְכֵנוּ", דער רבי זאל אונז בענטשן פאר ער גייט אוועק פון די וועלט, האט דער הייליגער רבי יוחנן בן זכאי זיי געבענטשט מיט די פאלגענדע ברכה: "יְהִי רָצוֹן שֶׁתְּהֵא מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם כְּמוֹרָא בָּשָׂר וָדָם", איך בענטש אייך אז איר זאלט מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, האבן די תלמדים געפרעגט: "רֶבִּי, עַד כַּאן?" דער רבי געבט אונז אזא קליינע ברכה, מיר זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי מיר האבן מורא פון א בשר ודם און נישט מער? "אָמַר לָהֶם, וּלְוַאי", האט ער זיי געענטפערט: "הלואי זאלט איר מורא האבן פונעם אייבערשטן אזוי ווי איר האט מורא פון א בשר ודם, ווייל דעמאלט וועט איר מער נישט זינדיגן", ווייל ווען א מענטש וויל טון אן עבירה זארגט ער זיך אז קיינער זאל נישט וויסן וואס ער טוט, ער פארמאכט אלע פענסטערס און אלע שפאלטענס אז קיינער זאל נישט אויסגעפונען וואס ער טוט, אבער דער מענטש טראכט נישט: 'געוואלד און געשריגן, דער אייבערשטער איז דאך דא, ער זעט אלעס וואס איך טו'.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אונז (בראשית רבה פז, ה) אז ווען אשת פוטיפר האט געמוטשעט יוסף הצדיק צו טון מיט אים אן עבירה, ווען זי האט געזען אז יוסף הצדיק דריידט זיך שטענדיג ארויס פון איר און ער וויל נישט טון די עבירה, האט זי אים פארגעשלאגן אז זי גייט צודעקן אלע פיקטשערס פון די ווענט און אזוי האט זי געטון, זי האט ארויפגעלייגט ליילעכער אויף אלע געטשקעס און אויף אלע פיקטשערס און געקומען צו יוסף און געזאגט: "יעצט זעט קיינער נישט וואס מיר טוען, יעצט זאלסטו מיר צו הערן", האט יוסף הצדיק געלאכט און געזאגט: "דיינע געטשקעס קענסטו צודעקן, די אלע בילדער קענסטו פארדעקן, אבער דער אייבערשטער איז דא און ער זעט אלעס, פון אים קען מען זיך נישט באהאלטן".


זוכה זיין צו האבן א ריינע אמונה, מען זאל שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא - דאס באקומט מען דורך דעם צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; אז מען פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצה, מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן און ווען מען קען נאר דאנקט מען דעם אייבערשטן - דורכדעם ווערט אויסגעקלארט די אמונה ביז מען הייבט אן שפירן אז "דער אייבערשטער איז דא", דעמאלט פירט מען זיך אויף איידל און מען רעדט איידל, דעמאלט איז מען זוכה צו לעבן מיט וואס דוד המלך זאגט (תהלים טז, ח): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד", איך לעב שטענדיג מיטן אייבערשטן, און מיט דעם הייבט זיך אן דער שלחן ערוך (אורח חיים סימן א, סעיף א): "שִׁוִּיתִי יְיָ לְנֶגְדִּי תָמִיד" - הוּא כְּלָל גָּדוֹל בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲלוֹת הַצַּדִּיקִים הַהוֹלְכִים לִפְנֵי הָאֱלֹקִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן א ריינע אמונה און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#46 - מעג מען זיך עקשנ'ן מיט תפלה, אדער נישט?
תפילה והתבודדות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי זאגט אסאך אז מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן זייער פיל, מ'דארף אים בעטן און בעטן אויף אלע מיני וועגן און קיינמאל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט זאגט דער רבי אז מ'טאר זיך נישט עקשנ'ן. ווי אזוי ארבעטן די צוויי זאכן אינאיינעם?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ - שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ – יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאך געבן איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", אז קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ' - הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אויף אנדערע געברויכן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען דארף זיין א גרויסער עקשן ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן מייאוש ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און מען באקומט נישט וואס מען בעט; מען דארף האבן אסאך סבלנות אויסצואווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן און ווייטער מתפלל זיין צו אים ער זאל רחמנות האבן און שיקן די ישועה, אבער פון די אנדערע זייט טאר מען נישט דוחק זיין די שעה אז עס מוז זיין אזוי ווי איך וויל וכו' און דער אייבערשטער מוז טון וואס איך וויל וכו' ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "כָּל הַמַּאֲרִיךְ בִּתְפִלָּתוֹ וּמְעַיֵּין בָּהּ סוֹף בָּא לִידֵי כְאֵב לֵב", ווער עס זאגט: 'איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן און איך זע נאך נישט קיין ישועה?' דער באקומט הארץ ווייטאג, אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, יב): "תּוֹחֶלֶת מְמוּשָׁכָה מַחֲלָה לֵב", אזוי ווי רש"י זאגט (שם, דבור המתחיל "ומעיין בה"): "מְצַפֶּה שֶׁתֵּעָשֶׂה בַּקָּשָׁתוֹ עַל יְדֵי הַאֲרִכָתוֹ, סוֹף שֶׁאֵינָהּ נַעֲשֵׂית, וְנִמְצֵאת תּוֹחֶלֶת מְמֻשֶּׁכֶת חִינָם, וְהִיא כְּאֵב לֵב כְּשֶׁאָדָם מְצַפֶּה וְאֵין תַּאֲוָתוֹ בָּאָה"; עיין שם.


דאס זאגט אונז דער הייליגער רבי, פון איין זייט דארף א מענטש טראכטן: 'בין איך א גרויסער עקשן, איך וועל נישט אפלאזן דעם אייבערשטן און אים שטענדיג בעטן, אבער פון די אנדערע זייט בעט איך אים ברחמים ובתחנונים: "רבונו של עולם העלף מיר! איך דארף א ישועה; איך ווייס עס קומט מיר גארנישט און איך בין נישט ווערד זאלסט מיר אויסהערן, דאך בעט איך דיר אייבערשטער געב מיר א מתנת חינם און נעם אן מיין געבעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?
תפילה והתבודדות, עבודת השם, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין געפיל צו אידישקייט, וואס קען איך טון?


לייבי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד לייבי נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי'ן; דו ווייסט דאך אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו זיינע תלמידים פון תפילה והתבודדות און פון זאגן תהילים - אז דאס איז דער עיקר אין עבודת השם. איינמאל ווען דער רבי האט גערעדט פון זאגן תהילים, תחינות ובקשות און שמועסן מיטן אייבערשטן האט זיך אנגערופן ר' יודל זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון רבי'ן - און געפרעגט: "אֵיךְ זוֹכִין שֶׁיִּהְיוּ הַדִּבּוּרִים בְּהִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב?" ווי איז מען זוכה צו זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן מיט א געפיל, אז עס זאל ארויס קומען פון הארץ? האט דער רבי אים געזאגט: "תּאֹמְרוּ לִי, אֵצֶל אֵיזֶה צַדִּיק קִבַּלְתֶּם הִתְעוֹרְרוּת הַלֵּב? הָעִקָּר הוּא הָאֲמִירָה בַּפֶּה", דער עיקר איז מען זאל רעדן צום אייבערשטן אפילו אן קיין שום געפיל און קיין שום טעם (חיי מוהר"ן, סימן תמא).


עס שטייט נישט ביי קיין שום מצוה: "צְרִיכִין לְהַרְגִּישׁ טַעַם בְּהַמִּצְוָה", אז מען דארף שפירן א טעם ווען מען טוט די מצוה; עס שטייט נישט אין הלכות תפילין אז מען קען לייגן תפילין נאר ווען מען האט א געפיל. מיר דארפן דינען דעם אייבערשטן אין אלע מצבים - נישט קיין חילוק צי מען שפירט א טעם אדער נישט.


נעם דיר גוט אריין אין קאפ אז: "אידישקייט האט גארנישט מיט געפילן"; א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן אפילו ער שפירט נישט קיין שום טעם אין זיין עבודת השם; דאס דארף זיין דער שטרעבן פון א איד: צו דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות אן קיין שום חכמות און זיך פרייען מיט פשטות יהדות; גיין דאווענען יעדן טאג שחרית מנחה מעריב מיט מנין, לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משניות און גמרא און זיין פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און אז מען איז זוכה צו דינען דעם אייבערשטן.


מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אין זיינע הייליגע שיחות - וועסטו האבן חיזוק צו זיין א איד. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן מח): אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכר צדיק לברכה געהערט אויסרופן אין הימל אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, ער איז ער געווארן זייער צעבראכן דערפון און ער האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחי' זיין, האט ער זיך אנגערופן: "אֲנִי אוֹהֵב אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", איך האב ליב דעם אייבערשטן אפילו איך וועל נישט האבן קיין עולם הבא! "וְכָל אָדָם אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט, אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי־אִם כְּשֶׁיָּכוֹל לַעֲמֹד בַּכֹּל כַּנַּ"ל", זאגט דער רבי אז יעדער איד וואס וויל דינען דעם אייבערשטן דארף זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מען וועט נישט באקומען קיין שום שכר - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט, נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#44 - וואס טוט מען ווען מ'איז אמאל א גלח און אמאל א מלאך?
תשובה, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין בטבע א מענטש וואס מ'רופט "אמאל א גלח און אמאל א מלאך", אסאך מאל פיל איך מורא'דיג דערהויבן, איך שפיר אז איך בין נאנט צום אייבערשטן, אבער אסאך מאל פיל איך זייער ווייט פונעם אייבערשטן.


געווענליך ווען אייבערשטער שפיר אמת'דיג דערהויבן, כאפ איך נאכדעם אזא שטארקע קלאפ אז איך פאל ממש אריין אין שאול תחתית, און דעמאלט טראכט איך אז אפשר לוינט זיך בכלל נישט צו זיין נאנט צום אייבערשטן אויב קומט נאכדעם אזא קלאפ, לא מדובשך ולא מעוקצך.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דעם הייליגען רבינ'ס ספרים איז די עצה פאר דיר; דער רבי איז מחזק א מענטש אז מען זאל נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט זיך נאכאמאל אין די הענט פונעם יצר הרע, נאר מען זאל ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא", ווען א מענטש שפירט ווי ער פאלט אראפ פון זיין מדריגה זאל ער וויסן דאס איז פון הימל, "כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת", ווייל דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז מקרב דעם מענטש צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס וואס מען שפירט זיך אראפגעפאלן איז נאר אז מען זאל זיך מער דערנענטערן צום אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה איז מען זאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי כאילו מען האט נאך קיינמאל נישט עוסק געווען אין דעם, "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה' שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", זיך כסדר באנייען איז א גרויסע יסוד אין עבודת השם, מען זאל שטענדיג אנהייבן פון פריש צו דינען דעם אייבערשטן, און ר' נתן פירט אויס: "וְעַיֵּן עִנְיָן זֶה עוֹד בְּכַמָּה מְקוֹמוֹת בְּסִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כַּמָּה צָרִיךְ הָאָדָם לְהִתְחַזֵּק בַּעֲבוֹדַת ה' וְלִבְלִי לִפֹּל מִשּׁוּם דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, רַק לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", לערן דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זען ווי סאך מען דארף ארבעטן אויף דער נקודה - זיך כסדר אויפצופרישן און זיך נישט לאזן צעברעכן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. עַיֵּן הֵיטֵב בְּעִנְיָן זֶה, וְיֶעֱרַב לְךָ לָעַד.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים וועסטו נישט ווערן צעפאלן פון גארנישט; אפילו דו וועסט שפירן ווייטער ווי דו האלסט אין איין אראפ פאלן וכו' וועסטו דאס נישט אנקוקן ווי א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, הער נישט אויף אים צו בעטן: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק". וויסן זאלסטו אז יעדעס ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן גייט ארויף אויבן אין הימל. נאך מער שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קנ:) אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש זעט אז ער איז נאך ווייט פון קדושה זאל ער בענקען און האפן צו זיין גוט, ווארטן און וועלן זיין ערליך, ביז ער וועט זוכה זיין צו זיין שטארק און דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, איז דאך זיכער אז קיין איין תפילה ווערט נישט פארפאלן, עס נעמען זיך צוזאמען אלע גוטע ווערטער ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#43 - ווי אזוי ווייסט מען אויב מ'האט יוצא געווען אדער נישט?
ספיקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די חיזוק יומי און די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק.


איך בין א בחור אין די יארן, און איך מוטשע זיך זייער אין עבודת ה', איך בין אלעמאל פיל מיט ספיקות אויב איך טו ריכטיג אדער נישט, אויב כ'האב יוצא געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין אדער נישט. יעדן טאג האב איך יסורים ווייל איך ווייס נישט אויב די תפלין ליגט מיר אויפ'ן קאפ אויף די ריכטיגע פלאץ, איך האלט אין איין פרעגן אנדערע בחורים אויב די תפלין ליגט מיר גוט אויפ'ן קאפ. ביים דאווענען קען איך אסאך מאל נישט ענדיגן די גאנצע זייענדיג מסופק אויב כ'האב געזאגט ריכטיג יעדעס ווארט. און בכלל ביי יעדע זאך בין איך פול מיט ספיקות, און איך קען נישט מחליט זיין קיינמאל וואס צו טון.


איך האף איר וועט מיר קענען געבן אן עצה און חיזוק, צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


ישראל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ישראל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיך לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא', דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן.


דער רבי זאגט: "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, 'וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", און דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", און נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - זיי האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ר' נתן זאגט דארט: "וְהוּא בְּעַצְמוֹ אֵינוֹ מַחְמִיר שׁוּם חֻמְרָא כְּלָל", דער רבי האט נישט געהאט קיין שום חומרות; ווייל דער גרעסטער חכמה איז צו דינען דעם אייבערשטן בפשיטות, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, אֲפִילּוּ מִי שֶׁיּוֹדֵעַ חָכְמוֹת בֶּאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת צָרִיך לְהַשְׁלִיך כָּל הַחָכְמוֹת וְלַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת, לִבְלִי לִהְיוֹת חָכָם כְּלָל כִּי בֶּאֱמֶת אֵין חָכָם בָּעוֹלָם כְּלָל 'וְאֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַך'".


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט אן תפילין יעדן טאג און איז זיך מחיה מיט דעם, ער טאנצט זיך אונטער בשעת'ן אנטון די תפילין; ביי מוהרא"ש האט מען געקענט זען ווען ער פלעגט אנטון די תפילין, ווי בשעת ער האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אונטער געטאנצן, ממש אזוי ווי איינער וואס האט יעצט געוואונען א ריזן סומע געלט.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן צי די תפילין שטייט דיר גראד אויפן קאפ, זע אז דיין קאפ זאל דיר שטיין גראד; טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה אנצוטון תפילין, אזוי אויך ווען דו דאווענסט זאלסטו זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו רעדן צום מלך מלכי המלכים, לאז אפ דיינע מחשבות וואס מאטערן דיך צי דו האסט יא געזאגט גוט די ווערטער צי נישט; דער עיקר טאנץ פאר שמחה אז דו קענסט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - ווי אזוי קען איך מאכן זיכער זיך צו האלטן צו מיינע קבלות?
התחזקות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך מאל אז איך נעם זיך אונטער א גוטע קבלה, ווי למשל צו לערנען משניות יעדן טאג, צו היטן די אויגן אדער די מחשבה, און דאס גלייכן פארשידענע גוטע קבלות. למעשה ווען עס גייט אבער אריבער א שטיק צייט ווער איך שוואך אין דעם, איך קען זיך נישט האלטן ווייטער צו די קבלה.


ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל זיך האלטן שטארק מיט א גוטע קבלה, און נישט צוריק פאלן?


א גרויסן יישר כח, אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי פארענטפערט די קשיא וואס דו פרעגסט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רסא): "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל כֵּן נָפַל שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך", ווען א מענטש פאלט אראפ אין עבודת השם, ער פאלט צוריק צו זיינע פריערדיגע מעשים זאל ער וויסן אז פון הימל האט מען אים אוועק געשטופט, כדי ער זאל אנהייבן פון דאסניי מיט א פרישקייט דינען דעם אייבערשטן, "וַעֲצָתוֹ שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' כְּאִלּוּ לא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם", די עצה פאר אים איז ער זאל מאכן א פרישע קבלה, ער זאל פון פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט פרובירט פארדעם, נאר דאס איז די ערשטע מאל וואס ער הייבט אן דינען דעם אייבערשטן. "וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת ה', שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", ווייל דאס איז א וויכטיגער כלל אין עבודת השם, אז מען זאל זיך אלץ באנייען, מען זאל אנהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן; א מענטש טאר נישט קוקן אויף גארנישט, ער זאל אנגיין אפילו ער האלט אין איין צוריק פאלן, אזוי וועט ער מצליח זיין.


איך בעט דיר, זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶך שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, מען שפירט ווי קיינער דארף דיך נישט, מען האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער דער רבי זאגט: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס עס איז נאר פארהאנען.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב, צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים אלע שמוץ און נארישקייטן, דאך דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און ער וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.


ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו מאכן יעדן טאג א פרישע קבלה; זאג פארן אייבערשטן: "היינט גיי איך אפלאזן אלע נארישקייטן, היינט הייב איך אן דיר צו דינען, היינט גיי איך זיין אן ערליכער איד"; קוק נישט אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ און געב נישט אויף ווען דו זעסט אז דיינע קבלות האלטן נישט אן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, ווען זיי זען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך, און פלוצלינג פאלט מען אראפ אין א ירידה, עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, זאגט דער רבי – "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אז באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - מיין חבר'ס טאטע פירט זיך נישט ערליך, ווי אזוי קען איך מחזק זיין מיין חבר?
התחזקות, בחור, תפלות אויף אידיש, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס שרייבט צו אייך א 15 יעריגער בחור, איך לערן בחברותא מיט א בחור אין מיין עלטער, ער איז זייער א פארמאכטער, לעצטנס איז ער אבער געווארן נאנט מיט מיר און מיר אויסגעזאגט זיינע צרות, אז זיין טאטע זעט אויס ווי אינדרויסן ווי א איד, אבער אינדערהיים איז נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין שבת, נישטא קיין אמונה, ער רעדט כפירה אין פארנט פון די קינדער, און דער בחור איז זייער צעבראכן דערפון, ער זאגט אז זיין מאמע פרובירט מיט אלע כוחות אריינצולייגן אמונה אין די קינדער, זי איז אבער אויך זייער צעבראכן פון דעם שרעקליכן מצב.


מיר זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די שיעורים און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיין חבר זאגט מיר אבער אז כאטש וואס ער ווייסט אז זיין איינציגסטע עצה איז נאר צו רעדן צום אייבערשטן, קען ער דאס אבער נישט טון, ווייל ווען ער הויבט נאר אן רעדן אדער טראכטן פון דעם, ווערט ער מורא'דיג צעבראכן און ער קען דאס נישט דערהייבן. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר אים?


א גרויסן יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מאיר נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זיך מחזק צוזאמען מיט דיין חבר צו זיין שטארק אין גלייבן אינעם אייבערשטן; שלמה המלך זאגט (קהלת ד, ט): "טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד אֲשֶׁר יֵשׁ לָהֶם שָׂכָר טוֹב בַּעֲמָלָם", צוויי מענטשן צוזאמען איז בעסער ווי צו זיין איינער אליינס, פארוואס? ווייל "כִּי אִם יִפֹּלוּ, הָאֶחָד יָקִים אֶת חֲבֵרוֹ, וְאִילוּ הָאֶחָד שֶׁיִּפּוֹל וְאֵין שֵׁנִי לַהֲקִימוֹ", ווייל ווען א מענטש פאלט אראפ, אויב איז ער אליינס וועט אים קיינער נישט אויפהייבן, ער וועט בלייבן אראפ געפאלן, אבער אויב האט ער א צווייטן, וועט אים דער צווייטער העלפן; דאס מיינט צו זאגן, אויב האט מען א גוטער חבר וועט אים דער חבר העלפן ווען ער גייט אריבער א שווערע זמן.


ווען מען איז מחזק א צווייטן, חוץ פון די גרויסע מצוה וואס מען האט, ווערט מען אליינס זייער מחוזק. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפה): "כְּשֶׁמְּדַבְּרִין עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם, אַף שֶׁאֵין חֲבֵרוֹ מְקַבֵּל מִמֶּנּוּ, אַף עַל פִּי כֵן הוּא מְקַבֵּל הִתְעוֹרְרוּת מֵחֲבֵרוֹ", ווען מען איז מחזק א חבר, אפילו אויב דער חבר וועט נישט אנעמען די ווערטער, וועט עס כאטש אריין גיין אינעם מענטש אליין, ער וועט ווערן שטערקער מיט אמונה און יראת שמים; דעריבער זאלסטו ווייטער רעדן מיט אים און ענק זאלן זיך מחזק זיין איינער מיטן צווייטן.


איך שיק דיר דא א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר דיין חבר.


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דיין חבר האט מיר געשריבן וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע וכו' וואס איז נעבעך זייער אראפ געפאלן, ער היט נישט קיין שבת און רעדט אנטקעגן די אמונה, השם ישמרינו.


דאס וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע איז זייער א שווערע זאך, ווייל פון איין זייט דארפסטו אכטונג געבן מכבד צו זיין דיין טאטע אפילו ער איז אראפגעפאלן, אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו אנטלויפן פון זיינע ווערטער וואס ער רעדט אנטקעגן די אמונה כדי עס זאל דיר נישט פאר'סמ'ען חס ושלום. זאלסט קיינמאל נישט אריין גיין אין ווכוחים, ווייל מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט קיינעם אין אמונה; אמונה איז א מציאות, עס איז נישט דא אין דעם קיין ווכוחים, קיין ריאות וכו'. ווען דו שמועסט מיט איינעם און יענער הייבט אן ציען דעם שמועס אינעם ריכטונג פון ספיקות אין אמונה זאלסטו אנטלויפן פון דעם שמועס ווי מען אנטלויפט פון פייער, נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז, צי א טאטע צי ווייס איך ווער.


אחי היקר, קיינער קען דיר נישט פארשטיין און קיינער קען דיר נישט העלפן; דו האסט איין ברירה, נעם דעם הייליגן רבינ'ס עצה, ווייל נאר דאס וועט דיר ראטעווען. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; א מענטש זאל זיך אויסשמועסן זיין הארץ צום אייבערשטן, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אים אריבער, ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן און ער רעדט צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, דעמאלט וועט ער ארויס גיין פון אלע זיינע צרות.


אין אנהייב קומט נישט אן גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש זינדיגט ווערט ביי אים אויסגעלאשן די אמונה, ער שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, עס דאכט זיך אים אז דער אייבערשטער הערט אים נישט אויס און עס קומען אים אריין שלעכטע מחשבות וכו'. די עבירות וואס ער האט געטון דאס רודפ'ט אים, זיי גייען אים נאך און לאזן אים נישט אפ, אבער אז מען טוט תשובה און מען קוקט נישט אויף די אלע מחשבות, מען גלייבט וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז נישט פארהאנען", מען שטופט זיך צו רעדן צום אייבערשטן, דאן ווערט דער מח צוביסלעך ריין און מען הייבט אן שפירן ווי דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואו איך ווייז דיר א וועג ווי אזוי דו זאלסט רעדן צום אייבערשטן; אז דו וועסט דאס זאגן יעדן טאג וועסטו מיט דער צייט אנהייבן אליינס צו רעדן דיינע אייגענע תפילות צום אייבערשטן, וואס דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און עס וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך בין א איד און איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און שטארק.


רבונו של עולם! איך האב א זאך וואס טוט מיר זייער וויי און איך שפיר אז איך קען עס נישט אריבער טראגן; מיין טאטע איז אראפגעפאלן פון די אמונה און איך האלט עס נישט אויס, איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם, איך שפיר ווי מיין לעבן האט זיך געענדיגט און דאס האט זייער א שלעכטע השפעה אויף מיר. איך בין געווארן זייער א פארמאכטער מענטש, איך רעד נישט מיט קיינעם און איך עס מיר אויף פון מיין צרה.


הייליגער באשעפער! דו ביסט א כל יכול, העלף מיר איך זאל צוריק האבן א טאטע וואס גלייבט אין דיר, העלף מיר אז מיין טאטע זאל זיך צוריק קערן צו די אמונה, העלף מיר און מיין צעבראכענע מאמע און אונזער גאנצע משפחה אז מיר זאלן צוריק האבן אונזער ערליכע טאטע; מיין מאמע פרובירט צו האלטן די שטוב מיט אלע אירע כוחות, אבער וויפיל קען שוין א מאמע אליינס טון?! אונזער גאנצע משפחה איז צעריסן און צעשניטן, העלף מיין טאטע זאל תשובה טון, לייג אריין אין אים א ריינקייט און א ליכטיגקייט.


רבונו של עולם! איך ווייס אז נאר דו קענסט מיר העלפן, איך ווייס אז נאר תפילה איז מיין איינציגסטע האפענונג, אבער יעדעס מאל איך הייב אן רעדן צו דיר פון דעם ענין ווער איך זייער צעבראכן אז איך קען עס מער נישט דערהייבן; בעט איך דיר הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, ווייז מיר אז דו הערסט מיר אויס, העלף מיר אז איך זאל נישט אפטרעטן פון די אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה און שטארבן מיט אמונה, איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף דיר און קיין שום קאפ-דרייעניש.


אויך בעט איך דיר טאטע אין הימל האב שוין רחמנות אויף אלע אידן; אידישע קינדער זענען זייער צעבראכן, מענטשן זענען פארלוירן, עס פאלן אוועק אידישע נשמות פון אלע משפחות. שיק אונז שוין דעם גואל צדק, שיק אונז שוין משיח ער זאל אונז אלעמען צוריק קערן צו דיר, עס זאל שוין מקוים ווערן יַכִּירוּ וְיֵדְעוּ כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל, כִּי לְךָ תִּכְרַע כָּל בֶּרֶךְ, תִּשָּׁבַע כָּל לָשׁוֹן. לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ יִכְרְעוּ וְיִפֹּלוּ, וְלִכְבוֹד שִׁמְךָ יְקָר יִתֵּנוּ, וִיקַבְּלוּ כֻלָּם אֶת עֹל מַלְכוּתֶךָ, וְתִמְלֹךְ עֲלֵיהֶם מְהֵרָה לְעוֹלָם וָעֶד, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - ווי אזוי קענען מיר ווערן צדיקים, אין די צייט וואס זיי האבן געהאט גאר הויכע נשמות?
עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין יעדן טאג די טעגליכע בריוו און איך בין מיך זייער מחיה דערמיט. יישר כח.


ביי די בריוו פון יום א' מקץ שרייבט דער ראש ישיבה אז א צדיק מיינט נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ, און אז א צדיק קען אויך האבן נסיונות. דאס איז א זאך וואס איך טראכט אסאך דערפון, אז לכאורה ווי אזוי מ'זעט זענען אלע גרויסע צדיקים געבוירן געווארן מיט א העכערע נשמה, אזוי ווי מ'זעט ביים רבי'ן וויפיל ער האט שוין צאמגעלערנט נאך אלט זייענדיג ווייניגער ווי זעקס יאר, אויך האט ער שוין נאך פאר דריי יאר געהאט שכל וואס א נארמאלע מענטש האט נישט אפילו ביי די פערציג, אזוי ווי ער האט אליינס דערציילט אז ווען זיין מאמע האט אים אויסגעקעמט די האר און ס'האט אים וויי געטון האט ער פארשטאנען אז ער האט גארנישט פון שרייען ווייל אויף די וועלט דארף מען ליידן און שווייגן.


אויך ווערט געברעגנט פונעם הייליגן קאמארנער זי"ע אז ער האט שוין געלערנט מיט זיין טאטע ביי די ניין יאר כתבי האריז"ל. אויך פארציילט דער הייליגער ריבניצער זי"ע אז ער האט געלערנט שוין אלס קינד מיט זיין רבי'ן דער הייליגער שטיפינעשטער רבי ז"ל, נגלה און נסתר.


ווי אזוי קען זיך א פשוטער מענטש אויך דערהאלטן ווען ער שטייט אזוי ווייט פון אזעלכע גרויסע צדיקים וואס זיי זענען געווען קדושים וטהורים און גרייט געווען פאר מסירת נפש 24 שעה א טאג?


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע בריוון.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי פלעגט אסאך שמועסן מיט אונזערע לייט פון זיינע מדריגות, ער פלעגט זיי דערציילן צו וואס ער האט אלץ זוכה געווען; דער רבי פלעגט שמועסן פון זיך, פון זיינע מדריגות און השגות, ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אים וועלן נאכמאכן. דורכדעם וואס מען וועט הערן צו וואס א מענטש קען זוכה זיין, וועלן אלע פרובירן אים נאכצומאכן.


ווען דער רבי פלעגט פארציילן זיינע מדריגות וכו', איז געווען אפאר מאל וואס מענטשן האבן געזאגט פארן רבי'ן: "איר זענט צו געקומען צו גרויסע מדריגות און השגות ווייל איר זענט אן אייניקל פון דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איר זענט אן אייניקל פון הרב הקדוש רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו, און פון נאך צדיקים, דאס איז די סיבה פארוואס איר האט זוכה געווען צו די גרויסע מדריגות", שרייבט ר' נתן (שבחי הר"ן, סימן כו): "יעדעס מאל ווען דער רבי האט געהערט אז מענטשן זאגן אז דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות ווייל ער איז געבוירן מיט א הויכע נשמה, אדער מצד יחוס, פלעגט דער רבי זייער מקפיד זיין, און געזאגט: 'איך בין צוגעקומען צו וואס איך בין צוגעקומען, נישט ווייל איך שטאם פון אזעלכע גרויסע זיידעס, און נישט ווייל מיין נשמה וכו', נאר ווייל איך האב זייער אסאך געהארעוועט, און יעדער מענטש קען זוכה זיין צו דעם'".


דאס וואס דו שרייבסט אז דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד און זיין מאמע די גרויסע צדיקת פייגא האט געקעמט זיין האר, עס האט זייער וויי געטון, און ער האט קיינמאל נישט געשריגן, ווייל ער האט שוין דעמאלט פארשטאנען אז אויף דער וועלט דארף מען ליידן; דאס איז טאקע אמת, דער רבי האט געהאט א גאר גרויסע נשמה, אבער דאס האט נישט צו טון מיט ווערן א צדיק, קוק אריין אין שבחי הר"ן (סימן כה) אז דער רבי האט בפירוש געזאגט: "אֲפִלּוּ אִם הָיָה מִמִּשְׁפָּחָה הַיְרוּדָה שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל, הָיָה זוֹכֶה גַּם כֵּן לְמַה שֶׁזָּכָה עַל יְדֵי עֹצֶם עֲבוֹדָתוֹ וִיגִיעָתוֹ, שֶׁיָּגַע וְטָרַח מְאֹד מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך", אפילו ער וואלט ווען געבוירן געווארן ביי די פשוט'סטע שטוב, וואלט ער אויך זוכה געווען צו זיינע מדריגות, צוליב וואס ער האט אזוי סאך געהארעוועט.


יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו; קוק אריין אין רמב"ם הלכות תשובה (פרק ה', הלכה ב) ווי ער זאגט דארט אז יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו, עס ווענדט זיך נאר אינעם מענטש אליין. איך טייטש דיר איבער דעם לשון פון רמב"ם: "דיינע מחשבות זאלן דיר נישט איינרעדן דאס וואס מען קען הערן פון נארישע מענטשן ווי זיי זאגן, 'דער אייבערשטער האט שוין גוזר געווען ווער עס זאל זיין א צדיק און ווער עס זאל זיין א רשע', עס איז נישט אזוי, נאר יעדער איינער קען זוכה זיין צו זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו, אדער פארקערט - ווי ירעם בן נבט; יעדער מענטש האט זיין אייגענע בחירה צי ער זאל זיין א חכם אדער א נאר. יעדער מענטש קען זיין א רחמנות'דיגער, אדער פארקערט - אן אכזר, אדער א קארגער מענטש, אזוי אויך אין אלע אנדערע זאכן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#39 - איר רעדט קיינמאל נישט פון געלט, האט איר די רייכסטע ישיבה?
פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

א גוטן מיין טייערער ראש הישיבה שליט"א.


נאכאמאל וויל איך אייך באדאנקען פאר אייערע הערליכע שיעורים וואס געבט מיר לעבן מיט חיזוק און מאכט אז איך זאל קיינמאל זיך נישט מייאש זיין.


איך האב פונקט יעצט געליינט ווי איר שרייבט אז איר זענט אריין אין גרויסע חובות, וואס דאס טוט מיר זייער זייער שטארק וויי, ווייל איר טוט דאך אויף פאר אזוי סאך מענטשן וואס איר קענט אפילו נישט (אזוי ווי איך), און איר דערמאנט נישט קיין ווארט קיינמאל אז דער וואס וויל קען ארויס העלפן מיט א קליינע נדבה.


ווייל ביי יעדער אנדערע פלאץ, איינע פון די ערשטע זאכן איז, "אפשר קענט איר געבן עפעס געלט פאר די מוסדות?", און דא וואס איך האב שוין אויסגעהערט אלע שיעורים, און איר דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן געלט, מען קען מיינען אז דאס איז די רייכסטע ישיבה אויף דער וועלט.


איך בעט אייך אויב איר קענט ביטע מודיע זיין ווי קען מען רופן אויף איבער געבן נדבות פאר די מוסדות.


א גרויסן גרויסן ש'כח פאר אלעס, מיט קיין שום געלט אין דער וועלט קען איך נישט אויסדריקן מיין דאנקבארקייט פאר'ן ראש הישיבה.


א געזונטן ווינטער.


חיים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חיים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דער רבי האט עצות פאר אלע פראבלעמען, בעיקר איין עצה וואס העלפט אויף יעדע איינציגע פראבלעם - 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן און אים אלעס פארציילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, מיר האבן דאס פאריגע וואך געהאט אינעם דף גמרא (סנהדרין קי.) אז קרח האט געהאט דריי הונדערט אייזלען וואס האבן געטראגן בלויז די שליסלעך פון זיינע אוצרות, אזוי רייך איז קרח געווען; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד זייער א שיינער פשט אויף דעם מאמר חז"ל, שליסלעך זענען אזוי ווי עצות, ווען מען האט א פארמאכטע פלאץ, מען איז אין מצב וואס מען ווייסט נישט וואס צו טון, איז אן עצה אזוי ווי א שליסל וואס מען קען זיך אריין באקומען אין יעדע סארט פארמאכטע פלאץ. קרח האט געהאט דריי הונדערט עצות, פאר יעדע פראבלעם האט ער געהאט אן אנדערע דמיון, אבער משה רבינו האט געהאט איין מייסטער שליסל - "תפילה"; מיט דעם שליסל קען מען ארויס גיין פון יעדע פארמאכטע צרה.


ווען א מענטש געוואוינט זיך צו, יעדע זאך וואס עס באדערט אים בעט ער דעם אייבערשטן, דארף ער נישט קיין דריי הונדערט אייזלען וכו', ער האט איין שליסל 'התבודדות', וואס דאס איז אזוי ווי א מייסטער שליסל, מען קען אריין גיין וואו מען וויל, און ארויס גיין פון יעדע פראבלעם וואס מען זאל נאר האבן.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמיינט אז מיר זענען די רייכסטע קהילה וכו'; וויסן זאלסטו אז מיר זענען טאקע די רייכסטע קהלה. אין היכל הקודש לערנען אלע, נישט קיין חילוק יונג אדער אלט, יעדן איינציגן טאג, מקרא משנה גמרא. סיי קינדער, סיי בחורים, סיי אינגעלייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "אָמַר רַב הוּנָא בַּר יְהוּדָה אָמַר רֶבִּי אַמִּי, לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פרשיותיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך האט אריכות ימים; אין היכל הקודש איז יעדן טאג א טאג, מען האט אריכות ימים - אסאך טעג, מען זוכט נישט קיין תירוצים אויף נישט צו לערנען, "היינט איז ערב"; "מארגן איז מוצאי"; "איבערמארגן איז פארוואלקענט"; "אייער נעכטן איז א שמחה"; נאר מען לעבט מיטן טאג, יעדן טאג איז א טאג, יעדן טאג לערנט מען אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום, יעדן טאג לערנט מען חומש רש"י, מען האט ממש אריכות ימים.


נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת קכ.): "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", ווער איז אן ארעמאן? איינער וואס לערנט נישט קיין מקרא, ער לערנט נישט קיין משניות, און נישט קיין גמרא; א מענטש דארף לעבן מיט תכלית, מען דארף געדענקען אז עס איז דא א מציאות וואס רופט זיך "גוסס", עס איז דא א מציאות ווי א "בית הקברות", דארט נעמט מען מיט נאר דאס ביסל תורה וואס מען האט זיך אנגעגרייט; תלמידי היכל הקודש זענען גרויסע עשירים, יעדער תלמיד האט שוין זוכה געווען צו מסיים זיין לכל הפחות איין מאל כל התורה כולה, חמשה חומשי תורה, נביאים וכתובים, ששה סדרי משנה, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, ששה סדרי תוספתא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, ותיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות וכו' וכו'; דאס איז אן אייביגע עשירות.


ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט: 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר', איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט, און ווייסט נישט וואס דער סוף איז".


מוהרא"ש זכרונו לברכה איז אמאל געפארן צו א שמחה, אויפן וועג פארנדיג אהין, האט דער דרייווער אנגעצינדן פאר מוהרא"ש דעם ניגון: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט..." (עס איז דא א ברסלב'ע טעיפ וואס האט דערויף דעם ניגון), דער ניגון גייט ווייטער: "נישט קיין חצות, נישט קיין תפילה בכח, נישט קיין תיקון הברית - מיט וואס וועסטו קומען אויף יענע וועלט..." יענע וואך ביים שיעור ליל שישי האט מוהרא"ש געזינגען דעם ניגון און אויסגעפירט: "מיט וואס? מיט וואס? מיט וואס וועט מען קומען אויף יענע וועלט; מיט מיינע פרקים משניות, מיט מיינע דפים גמרא, מיט מיינע דיבורים וואס איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, מיט שחרית מנחה מעריב, מיט דעם וועל איך קומען אויף יענע וועלט".


דערפאר, זע דו אויך אויס צו ניצן דיינע טעג און יארן, אז דו זאלסט נישט דארפן זינגען אויף דער עלטער דעם צעבראכענעם ניגון: "מיט וואס וועל קומען אויף יענע וועלט".


ליידער מוז איך דיר זאגן, אז אפילו אין ברסלב אליין רעדט מען אויך נישט פון תכלית, אז מען זאל יעדן טאג אריין כאפן מקרא משנה גמרא וכו', בשעת דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לְאָדָם שֶׁיַעֲבוֹר וְיֵלֵך בָּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כּוּלָם כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", א מענטש זאל לערנען אלע ספרים וואס עס זענען פארהאן, ער זאל זיין באקאנט איבעראל, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְּדִינוֹת, וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶּׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מיר זעען, אז מענטשן געבן אויס אסאך געלט ארום צו פארן אויף די גאנצע וועלט, כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען: "איך בין געווען דא און דארט", "כְּמוֹ כֵּן, רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶּׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְהַיְינוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים", אזוי אויך זאגט דער רבי, זאל א מענטש לערנען אלע ספרים, כל התורה כולה, כדי ער זאל זיך קענען בארימען אויבן אין הימל: "איך בין געווען איבעראל", "וּלְעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויבן אין הימל לערנט מען מיטן מענטש אלעס וואס ער האט זוכה געווען צו לערנען בזה העולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.