תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב. איך בין שוין געווען איינמאל גע'גט און איך האב נאכאמאל חתונה געהאט, און מיר האבן געהאט צוויי קינדער צוזאמען. למעשה האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין זייער שלעכט אין די לעצטע צוויי יאר, די קינדער וואס מיין ווייב האט מיטגעברענגט האבן מיר ממש דערביטערט דאס לעבן, און זי איז נאר געשטאנען מיט זיי אקעגן מיר, איך בין נישט אנערקענט געווארן אלס טאטע אין שטוב, נאר אלס איינער וואס דארף ברענגען געלט. און דערפאר האבן מיר זיך יעצט צעטיילט, און מיר גייען זיך גט'ן בקרוב.
מענטשן קוקן מיר אן ווי א לא יוצלח, ער גייט זיך שוין גט'ן צום צווייטן מאל, און איך ווייס אבער אז איך בין נישט אזוי שלעכט, כאטש קיינער איז נישט קיין מושלם, שפיר איך אז איך בין פשוט אריינגעפאלן צוויי מאל.
און יעצט טראכט איך ווי אזוי איך וועל קענען איבערגיין די שווערע תקופה, די צוויי קינדער זענען ביי מיר, און ווער מיר וועלן יעצט נעמען נאכ'ן זיך גט'ן צוויי מאל, און נאך מיט צוויי קינדער? איך וויל אזוי שטארק האבן א נארמאלע לעבן, אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ליבשאפט און שמחה, און אויב וועט זיין שוועריקייטן זאלן מיר עס דורכגיין צוזאמען בשלום.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם מענטש און מען ווייסט נישט קיין פרטים וכו'; בפרט ווען דו האלסט נאך פאר'ן גט, איז מיר זייער שווער צו ענטפערן ווייל "זיך גט'ן איז נישט די עצה".
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו. איך קען דיר זאגן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.
במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן, דער מנורה, דער ארון, וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".
די נקודה איז נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דיר אן און וואס מענטשן וועלן זאגן; וואס הארט דיר וואס מענטשן וועלן זאגן? דו דארפסט טראכטן מער פון די קינדער ווי טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן.
זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, גיי ארויס אביסל שפאצירן אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, דארט זאלסטו שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט וויסן וואס דו האסט צו טון; זאג אים דיין ווייטאג, בעט אים: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', אייבערשטער געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן וואס צו טון", אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.
די עצה פון התבודדות איז זיכער א גוטע עצה, מען זאל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאווענט מעריב און ער כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי אים געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רלח): "די ווערטער דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה", ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צי אזוי, און מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן".
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט זוכה זיין צו וויסן וואס דו האסט צו טון.