תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור פון אכצן יאר, איך הער אסאך די שיעורים, און איך ליין אסאך די בריוו אין "עצתו אמונה" און די גליונות, און איך בין זיך זייער מחי' דערמיט.
איך האב זייער מורא געהאט צו שרייבן די שאלה, ווייל דער אמת ווייסט נאר דער אייבערשטער, איך האף אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר גלייבן און מיר קענען העלפן.
פאר צוויי יאר צוריק האט מען געמאכט אויף מיר א פאלשע בלבול אז איך האב געטשעפעט קינדער, און מ'האט אריינגעגעבן קעגן מיר א קלאגע ביי די פאליציי, דער אייבערשטער ווייסט אז די גאנצע בלבול איז דורכאויס פאלש, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל דורכגיין בשלום און ס'זאל גארנישט פאסירן שלעכטס צו מיר, און ברוך ה' אז אלעס האט זיך טאקע מסדר געווען מיט א גוטע ענדע, און פון דעמאלט האב איך זיך נאך מער געשטארקט צו דינען דעם אייבערשטן און מצליח זיין אין לעבן.
איין זאך איז מיר אבער געבליבן פון די גאנצע מעשה, דאס איז שטארקע פחדים. זייט דעמאלט ציטער איך זיך צו דרייען צווישן מענטשן, ובפרט וואו ס'איז דא קינדער, ווייל איך ציטער אז מ'זאל מיר נישט ווידער חושד זיין מיט פאלשע בלבולים. למשל ווען איך קום אהיים און קינדער שפילן זיך אויף די טרעפ, וועל איך ענדערש בכלל נישט אהיימגיין נאר ווארטן ביז גאר שפעט ווען ס'וועט שוין נישט זיין דארט קיין קינדער, און דאס מאכט מיר זייער שווער דאס לעבן.
איך שטארק זיך מיט תפלה און התבודדות, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, כאטש וואס איך קום נישט אן דערצו יעדן טאג בין איך אבער מקפיד צו לערנען יעדן טאג ווייניגסטנס דריי פרקים.
דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך אז קינדער דארפן אכטונג געבן פון שלעכטע מענטשן, מ'דארף אבער אפשר אויך טראכטן פון דעם אז מ'קען באשולדיגן אומשולדיגע מענטשן מיט פאלשע בלבולים.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן פאר מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז מען האט דיר אומזיסט חושד געווען, מען האט געמאכט א מעשה אויף דיר און עס איז נישט אמת - ביסטו זייער חשוב אין הימל, דער הייליגער תנא רבי יוסי וויל זיין מיט דיר און האבן א חלק מיט דיר. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) רבי יוסי זאגט: "יְהֵא חֶלְקִי מִמִּי שֶׁחוֹשְׁדִין אוֹתוֹ וְאֵין בּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט די וואס מען איז זיי חושד און עס איז נישט אמת; ווייל ווען מען איז חושד איינעם אומזיסט ווערט יענער פארשעמט און ער ווערט אויסגערייניגט פון אלע זינד.
יעצט דארפסטו שוין נישט פאסטן צו פאררעכטן וואס דו דארפסט פאררעכטן, דו ביסט אפגעקומען מיט דעם אלע דיינע זינד, דו האסט זוכה געווען צו תשובה טון. ווייל ווען מען ווערט פארשמעט און מען שווייגט אפ, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם יתברך - דאס איז ריכטיג תשובה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו לערנען און דאווענען; שטארק זיך אויף די פחדים, גיי יא צווישן קינדער און האב נישט מורא פון קיינעם אויף די וועלט.
אז מען איז חושד אומזיסט און מען דערהאלט זיך, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - באקומט מען א גרויסע שכר. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה י ע"ב; ועיין בעל הטורים בראשית טו, ו) אז תמר האט מען חושד געווען אז זי האט געטון אן עבירה, דעריבער איז זי געבענטשט געווארן אז משיח קומט ארויס פון איר; אזוי אויך חנה האט מען חושד געווען (ברכות לא:), דערפאר האט זי באקומען א זון א צדיק, שמואל הנביא, וואס איז אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.