תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין ווייב האט ברוך ה' א גוטע פאסטן, זי ארבעט אויפ'ן טעלעפאן אויפצוהויבן און ארויסהעלפן מענטשן אויפ'ן טעלעפאן פאר א פירמע, און זי איז ברוך ה' זייער צופרידן פון איר ארבעט.
היינט האט זי אויפגעהויבן א טעלעפאן פאר איינעם, און יענער איז געווען א מנוול וואס האט אנגעהויבן רעדן נישט איידל צו איר, און איר געזאגט זי זאל אפשרייבן זיין טעלעפאן נומער, און נאך אזעלכע זאכן. מיין ווייב איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם, זי ווייסט נישט ווער דער מענטש איז און זי ווייסט נישט וואס צו טון.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א איר שרייבן חיזוק און עצות ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין אזא מצב?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זאג דיין ווייב זי זאל ווייטער ארבעטן, זי זאל זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם; פון היינט און ווייטער אויב איינער רעדט מיט איר איין ווארט מער פון וואס עס איז נוגע פאר די ארבעט זאל זי אראפלייגן דעם טעלעפאן און מער נישט רעדן מיט יענעם, און ווייטער רעדן מיט אנדערע וואס רופן וועגן די ארבעט.
ליידער זענען דא אסאך מנוולים וואס זוכן צו מאכן קשרים מיט פרעמדע פרויען, דער עיקר וועג ווי אזוי זיי זענען ליידער מצליח איז דורך ווארפן א פחד און מורא; זיי ווארענען אז אויב מען וועט דערציילן וועלן זיי הרג'נען וכו', ביז דער קרבן פאלט אריין אין א קטנות הדעת און מען פאלט אראפ.
דעריבער דארף מען אויסלערנען קינד און קייט אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם נאר פונעם אייבערשטן; ווי מער מען נעמט אריין אמונה אין זיך אלץ מער פאלט אוועק די קליפות און עבירות. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט: "א סגולה אנטקעגן רשעים - שלא לפחוד, נישט מורא האבן".
ווען מען לעבט מיט אמונה אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער נעמט מיר ארום און היט מיר - ווערט מען נישט דערשראקן פון קיינעם; די מנוולים שפירן דאס, זיי ווייסן אויך צו וועם זיי זאלן צוגיין, זיי ווערן בטל ומבוטל פאר דעם וואס לעבט מיט אמונה.
זאג דיין ווייב זי זאל צוריק גיין צו די ארבעט און נישט מורא האבן פון קיינעם; אויב איינער הויבט אן רעדן מיט איר איבעריגע ווערטער וואס איז נישט נוגע צום ארבעט זאל זי גלייך אראפלייגן דעם טעלעפאן און פטור אן עסק.
א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט אלע קינדער פון קליינווייז אן; סיי מיט די אינגלעך און סיי מיט מיידלעך, אז מען זאל נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און נישט פון קיין שום מלאך נאר פונעם אייבערשטן אליינס. דעמאלט וואלט מען זיך געקענט איינשפארן אסאך עגמת נפש, ווייל די גאנצע וועג ווי אזוי די מנוולים זענען מצליח צו טון עבירות מיט אנדערע, איז נאר דורך ווארפן א פחד, צונעמען די מח פונעם מענטש השם ישמרינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.