שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ווערט מען פטור פון פאניק אטאקעס?
רפואה, אמונה, פחדים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם געוואלדיגן חסד וואס ער האט געטון מיט מיר אז מיט גרויס השגחה פרטית האב איך געטראפן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס איז געווען פאר מיר ממש כמים קרים על נפש עיפה, און דערנאך האב איך אנגעהויבן הערן נאך און נאך שיעורים, און דאס האט מיר ממש אויפגעהויבן און מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן. איך האב ברוך ה' אנגעהויבן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, עטליכע בלאט גמרא, און אזוי ווייטער נאך שיעורים, און איך פרוביר כסדר צו רעדן עטליכע ווערטער צום אייבערשטן.


יעצט האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט מיר העלפן, מיין ווייב ליידט אסאך פון פאניק אטאקעס, זי האט אסאך ענקזייעטי און פחדים, מיר האבן שוין פרובירט אסאך עצות אבער דערווייל האט גארנישט געהאלפן.


מיר פרובירן צו רעדן אסאך פון אמונה, אזוי ווי מיר הערן ביי די שיעורים, צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, און מיר בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט געזען קיין שינוי לטובה.


איך ווייס אז מ'טאר נישט אויפגעבן, מ'דארף נאר ווייטער בעטן און בעטן, אבער מיין ווייב וויל זייער אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אונז שרייבן עפעס עצות און חיזוק, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן און נישט אויפגעבן, זיך שטארקן מיט אמונה און בטחון צו קענען פטור ווערן פון די אלע פחדים און בלבולים.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז ווי מער א מענטש חזר'ט זיך אמונה, ער נעמט אריין אין זיך די אמונה - איז ער זוכה צו לעבן א רואיגע און פרייליכע לעבן. ווייל אמונה מאכט שטארק די נערוון; מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און מען לעבט רואיג אזוי ווי א קליין קינד פארלאזט זיך אויף זיין טאטע. ווידער אויב מען האט חס ושלום נישט קיין שטארקע אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך אן קיין בעל הבית, זאכן פאסירן סתם אן קיין חשבון, מען קוקט אויף די וועלט ווי עס פירט זיך חס ושלום מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט לעבט מען שטענדיג מיט פחדים און שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר און פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם.


אמונה איז די רפואה פאר אלע פחדים (ענקזייעט"י, פעני"ק עטעק"ס, וכו') דאס איז די איינציגסטע רפואה פאר די וואס האבן שוואכע נערוון, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון אמונה, און געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "דער עיקר דארף א מענטש ארבעטן צוצוקומען צו אמונה, ווייל אן אמונה איז זייער שווער דאס לעבן. עס זענען דא זייער אסאך קרענק וואס קומט נאר צוליב דעם ווייל מען האט נישט קיין אמונה"; די אלע יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, אלץ קומט פון חסרון אמונה אויף דעם העלפט נישט קיין רפואות, די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה".


דערפאר בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; פארלאזטס אייך אויפ'ן אייבערשטן, אזוי וועלן צוביסלעך אוועק גיין אלע פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחד פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע, אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איך שיק אייך דא א תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג; אויב איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג - לכל הפחות איין מאל, וועט איר ביז א קורצע צייט זיין געזונט און שטארק; איר וועט האבן שטארקע נערוון און מער נישט האבן קיין פחדים וכו'.


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר; פַאר מַיין טֵייעֶרֶער מַאן, פַאר מַיין טֵייעֶר לִיכְטִיג קִינְד אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אִיךְ וֵויין זֵייעֶר אַסַאךְ, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


אִיךְ בֶּעט דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן אַז דוּ הִיטְסְט מִיר, אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי שְׁוֶוער, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת. אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס; מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת פַּיינִיגְן מִיר, אִיךְ שְׁפִּיר אַסַאךְ מָאל וִוי אִיךְ הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אִיךְ שְׁפִּיר אַז מַיינֶע נֶערְוְון פְּלַאצְן מִיר פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


איר זאלט זאגן די תפילה נישט איין מאל און נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי אייערע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען אייער קאפ, איר שפירט ווי אייער קאפ דריידט זיך מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפ'ן קול, וועט איר זען ביז א קורצע צייט ווי עס וועט אייך בעסער ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.