תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיטן אייבערשטנ'ס הילף גיי איך אפשערן מיין אינגל, אים מאכן פיאות.
איך האב געטראכט צו עס מאכן אין קבר שמעון הצדיק אבער דארט איז נישטא פלאץ וואו צו עסן פאר די גאנצע משפחה, וויל איך וויסן אויב ס'איז דא אן ענין דוקא ביי שמעון הצדיק, ווייל איך ווייס אז אסאך שערן דארטן, אדער קען מען אויך ביים קבר שמואל הנביא.
אויך האב איך געוואלט פרעגן לגבי ווען מען נעמט דאס קינד אין חדר, איז דא פסוקים וואס מען זאגט וואס איז געשריבן אויף אן איי.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
מזל טוב פאר די גרויסע שמחה אז דו מאכסט פיאות פאר דיין קינד, דאנק און לויב דעם אייבערשטן; "נוֹתֵן הוֹדָאָה עַל שֶׁעָבַר, וְצוֹעֵק עַל הֶעָתִיד" (ברכות נד.), דאנק אויף ביז אהער און בעט אויף ווייטער.
מאך נישט פון טפל עיקר, מאך פון עיקר עיקר; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט זוכה צו מאכן פיאות פאר דיין קינד, וואס דאס איז די יסוד פון אידישקייט. מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג, אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בֵּרַךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.