שאלה אין קורצן ענין
#4 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר נאך ל"ג בעומר?
מנהגים, אפשערן, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון ווערט דריי יאר צווישן ל"ג בעומר און שבועות. איך וואלט געוואלט וויסן אויב איך זאל אפשערן אום ל"ג בעומר, און אויב יא, צי מען דארף דעם זעלבן טאג אויך אנטון די ציצית, אדער דאס טוט מען אן אינעם טאג וואס מען ווערט דריי יאר, צוזאמען מיט'ן חדר פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך די אפשערן ל"ג בעומר.


אלע אנדערע זאכן; אנטון ציצית, טראגן אין חדר זאגן די א"ב, אכטונג געבן נישט צו קוקן אויף שלעכטע זאכן, דאס אלעס טוט מען אינעם זעלבן טאג וואס מען מאכט פיאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס זענען די הלכות אינעם טאג וואס מ'ווערט דריי יאר?
הלכה, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, מנהגים, אפשערן, חאלאקע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין שאלה איז צוטיילט אין צוויי. מיין זון ווערט דריי יאר אי"ה אום ערב ל"ג בעומר, היות עס גייט זיין אביסל שווער צו פארן קיין מירון אינעם טאג וואס מען פירט אים און חדר, וויל איך פרעגן אויב מען קען מאכן די חדר פירן אין אן אנדערע טאג?


אויך וויל איך פרעגן וואס זענען די הלכות און מנהגים אינעם טאג וואס ער ווערט דריי יאר, און אויך אינעם טאג פון זיין חדר פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא אויף דעם הלכות, אלעס איז מנהגים. דער מנהג איז, אפהיטן דעם קינד ער זאל נישט קוקן קיין שלעכטס, נישט קוקן אויף גוים, און דער עיקר איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו מאכן פאר די קינד די הייליגע פיאות. מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה תפילה והתבודדות, מיר זאלן רעדן, שמועסן און בעטן דעם אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א טאטע און צו א גוטער פריינד; זאלסטו און דיין ווייב יעדן טאג אוועק לייגן אפאר מינוט צו בעטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווען שערט מען אפ א קינד וואס ווערט דריי יאר אין בין המצרים?
הלכה, מנהגים, ראש ישיבה, אפשערן, בין המצרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, מיין זון ווערט דריי יאר אין די דריי וואכן, ווען שערט מען אים אפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען מאכן פאות, אפשערן א קינד - אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס שטופן דאס אפ אויף נאך ט' באב, אדער מאכן פאות פאר די דריי וואכן, אבער מעיקר הדין קען מען מאכן אין די דריי וואכן; איך האב געמאכט פאות פאר מיין זון הערשל נרו יאיר אין די דריי וואכן, כ"ג תמוז.


פארגעס נישט פונעם עיקר, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו שטייסט דא, דו מאכט פאות פאר דיין זון, און בעט דעם אייבערשטן פאר אלע דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וועלכע קאליר קאפל איז פאסיג אנצוטון אינעם טאג פונעם אפשערן?
חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אפשערן, קאפל

תוכן השאלה‎

בעזרת ה' יתברך


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי בקרוב מאכן חאלאקע פאר מיין אינגל, מיין ווייב האט זייער געוואלט קויפן פאר אים א קאפל וואס פאסט צו די אנצוג וואס ער גייט אנטון אינעם טאג פון דעם אפשערן.


איך בין נישט אזוי באקאנט וואס איז יא ריכטיג אנצוטון פאר קינדער און וואס נישט, אין די משפחה איז איינגעפירט צו גיין נאר מיט שווארצע קאפלעך, אדער העכסטנס אין טונקל בלוי, אבער זי האט יא דוקא געוואלט אנטון אזא סארט קאפל וואס איז צוגעפאסט צום אנצוג, עס זאל אויסזען שיין.


למעשה האט זי גערעדט מיט די משפחה און ארומיגע און מען האט איר זייער אפגערעדט אז עס זעט אויס ווי א קאפל פון א בעל תשובה, עס פאסט נישט צו גיין מיט דעם. מיר האבן טאקע געפלאנט עס אנצוטון פאר אים נאר אין טאג פונעם אפשערן, אבער שפעטער אין חדר זאל ער יא גיין מיט א שווארצע קאפל ווי יעדן, מיר ווילן נישט ער זאל זיין אנגעטון מאדערן.


מיר קענען נישט באשליסן וואס צו טון, איך ווייס נישט וועלכע קאלירן זענען יא אויסגעהאלטן און וועלכע נישט, איך פארשטיי אז עס איז זיכער נישט קיין חסידישע זאך, אבער מיר ווילן וויסן אויב עס איז אויסגעהאלטן אנצוטון פאר'ן קינד דעם צוגעפאסטן קאליר קאפל נאר אינעם טאג פונעם אפשערן.


עס איז אפשר נאריש צו פרעגן אזא שאלה, אבער איך האב נישט וועמען צו פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מוחל זיין פאר'ן פרעגן אזעלכע שאלות.


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון די זאכן, ווי אזוי דו וועסט מאכן וועט זיין גוט; מאך נישט פון טפל - עיקר און פון עיקר -טפל.


ווען מען שערט אפ א קינד, מען פירט אים אין חדר זאגן די הייליגע א' ב' און מען טוט אים אן א קאפל מיט ציצית - דארף מען טון צוויי זאכן, איינס נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו פירן דאס קינד אין חדר, זאג טויזנט מאל: "איך דאנק דיר אייבערשטער אז מיר האלטן דא".


צווייטנס, דארפן די עלטערן געבן צדקה און בעטן דעם אייבערשטן אז דער קינד זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד. ווייל עס כאפט א פחד און א שרעק, די אלע טייערע נשמות ישראל וואס וואלגערן זיך בראש כל חוצות, בני ציון היקרים - די אלע האבן געהאט א שיינע חאלאקע, מען האט זיי געפירט אין חדר מיט א שיינע קאפעלע, מיט שיינע זיסע פעקעלעך; מען דארף אזויפיל בעטן דעם אייבערשטן: "ונהי' אנחנו וצאצאנו וצאצאי צאצאנו, כלנו יודעי שמך, אלע זאלן מיר זיין דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה".


אזא קאפל אדער אזא קאפל, אזא פעקל אדער אזא פעקל - דאס אלעס איז נישט משנה, דער עיקר זאלסטו טון די צוויי אויבנדערמאנטע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.