תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין לעבן איז מיר ממש אינגאנצן צעריסן און צעפליקט. איר זענט נאך אזוי יונג און איר האט שוין זוכה געווען חתונה צו מאכן א זון, און איך בין שוין פערציג יאר אלט און איך האב נאכנישט חתונה געהאט.
ווען איך בין געווען יונג האב איך זיך זייער געקלויבט שידוכים, איך האב אפגעזאגט יעדע שידוך, קיין איין שידוך איז מיר נישט געפאלן. מיינע עלטערן האבן אזוי שטארק געוואלט אז איך זאל חתונה האבן, אבער איך האב זיך נישט געקענט אויסקלויבן א גוטן שידוך, און יעצט זענען שוין מיינע עלטערן נפטר געווארן, און מיין הארץ גיסט בלוט אז איך האב זיי אזוי שטארק מצער געווען, אז איך האב נישט חתונה געהאט ווען זיי האבן נאך געלעבט.
פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געלונגענער מענטש, איך זע אויס פיל יונגער ווי איך בין באמת, אבער אינעווייניג איז מיין הארץ צעשניטן און צעריסן פון יסורים, איך בין זייער צעבראכן, און איך קען נישט אויפהערן צוריק טראכטן פון די טעותים וואס איך האב געמאכט אין לעבן.
דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז זייענדיג אין אומאן האט מיר א מפיץ געגעבן צוויי קונטרסים פון מוהרא"ש, "ישועתך קרובה" און "תפסיקו לדאוג", און די קונטרסים זענען ממש מיין לעבן, אן דעם וואלט איך שוין זיכער געכאפט א הארץ אטאקע. ס'איז מיר אינטערעסאנט אז דוקא די קונטרסים וואס איך האב אזויפיל חוזק געמאכט און גערעדט קעגן דעם, דוקא דאס זענען מיר יעצט אזוי שטארק מחזק אין לעבן, איך דארף זיכער גיין צו מוהרא"ש'ס ציון אים איבערצובעטן.
איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן וועלכע נאך קונטרסים פון מוהרא"ש קענען מיר מחזק זיין, איך דארף האבן חיזוק אנצוגיין און מצליח צו זיין אין לעבן.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזויפיל געשריבן פאר בחורים און מיידלעך אז זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון דעם פיינט וואס רופט זיך: "צייט", אזוי ווי עס גייט דער מאמר החכם: "הִזָּהֵר מִן הַזְמַן כִּי הוּא אוֹיֵב רָע מְּאֹד", מען זאל אכטונג געבן אויף די צייט איר צי היטן ווייל עס גייט אריבער זייער שנעל, און אז מען וויל נישט אוועק לייגן די גאוה, נאר מען קלויבט זיך און מען קלויבט זיך, - ביז מען כאפט זיך איז מען שוין פארעלטערט וכו'.
ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען געדענקען וואס חכמינו הקדושים זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וְנָסִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א מדריגה וועסטו טרעפן דיין שידוך; בדרך כלל איז א מענטש א בעל גאוה וכו', עס פאסט אים נישט צו נעמען שידוכים וואס מען טראגט אים אן און ער מאכט אלעס אוועק זאגנדיג: 'איך דער גרויסער חכם וועל נעמען דאס?!' 'איך דער שיינער מענטש, דער קלוגער מענטש וועל חתונה האבן מיט אזאנס?!' אזוי דרייט מען זיך ארום וכו' זוכנדיג א שידוך וואס איז נאך נישט געבוירן געווארן; מען זוכט און מען זוכט, מען גייט ארויס זיך טרעפן וכו' אלץ מיט די כוונה אז אפשר וועט מען טרעפן א כלה וואס וועט קומען צו רייטן אויף א ווייסע פערד מיט אנגעפילטע זעק מיט געלט וכו', מען ווארט עס זאל געבוירן ווערן אזא פארשוין און מען כאפט נישט אז ביז דערווייל גייט אריבער אסאך צייט, און פלוצלינג דערזעט מען זיך פארעלטערט...
אז מען טראגט דיר אן א שידוך זאלסטו גלייך נעמען דעם שידוך און אויפשטעלן דורות, מקיים זיין דעם ווילן פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געהייסן חתונה האבן און ברענגען קינדער. אז מען האט נישט חתונה איז דאס זייער א שרעקליכע זאך, דער מחבר הייבט אן די ערשטע סעיף אין חלק אבן העזר פון שלחן ערוך מיט די הלכה: "חַיָיב כָּל אָדָם לִישָּׂא אִשָּׁה כְּדֵי לִפְרוֹת וְלִרְבּוֹת", יעדער איד איז מחיוב חתונה צו האבן מיט א פרוי כדי צו האבן קינדער, "וְכָל מִי שֶׁאֵינוֹ עוֹסֵק בִּפְרִיָּה וּרְבִיָּה כְּאִלּוּ שׁוֹפֵךְ דָּמִים וּמְמַעֵט אֶת הַדְּמוּת", און ווער עס האט נישט חתונה, ער איז נישט מקיים די מצוה פון פריה ורביה איז אזוי ווי ער וואלט ווען גע'הרג'ט מענטשן און פארגאסן זייער בלוט, "וְגוֹרֵם לַשְּׁכִינָה שֶׁתִּסְתַּלֵּק מִיִּשְׂרָאֵל", און ער ברענגט אז די שכינה זאל נישט זיין מיט די אידן; חוץ פון דעם וואס עס פעלט אים די אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה, אזוי ווי דער רמ"א זאגט דארט: "וְכָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא בְּרָכָה בְּלֹא תּוֹרָה כוּ', וְלֹא נִקְרָא אָדָם, וְכֵיוָן שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה עֲוֹנוֹתָיו מִפַּקְפְּקִים שֶׁנֶּאֱמַר (מִשְׁלֵי יח, כב) מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב וַיָּפֶק רָצוֹן מֵאֵת ה'".
אז דו האסט מבזה געווען א צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער, דו האסט חוזק געמאכט און גערעדט אנטקעגן אים, דארפסטו תשובה טון תשובת המשקל, נעמען די קונטרסים און ספרים און דאס פארשפרייטן פאר אנדערע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.