תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין זיך מודה ומתוודה, איך בין ליידער אריינגעפאלן אין שלעכטע זאכן דורכ'ן אינטערנעט, ליידער בין איך שוין דורך א שווערע דעפרעסיע, און יעצט זוך איך א וועג צוריק צום אייבערשטן, איך וויל ווערן ערליך. ווי אזוי מאכט מען דאס?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס ערשטע דארפסטו וויסן און געדענקען דאס וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן". אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "בא לטמא פותחין לו", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות זעט אויס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גאר אן אנדערע פשט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.
אז דו ביסט אזוי ווייט אראפגעפאלן, דו ליגסט נעבעך אין די טומאה, זאלסטו זען ווי שנעלער אנטלויפן פון דארט. שטעל זיך פאר עס קומען רויבערס און מען כאפט דיר, מען טראגט דיר אוועק אין א פינסטערע ארט, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געבליבן דארט? וואלסט געזאגט 'וואס קען איך טון, מען האט מיר געפאנגען?' אדער דו וואלסט אלעס געטון ארויס צו גיין פון דארט?
אזוי זאלסטו טון, זיי זיך נישט מייאש, זאג נישט 'איך בין שוין פארפאלן, איך בין אראפגעפאלן אין טומאה'; הייב זיך אויף, אנטלויף פון דארט ווי פריער, קום צוריק צום אייבערשטן. די איינציגסטע חילוק איז, ווען רויבערס פאנגען איינעם דארף מען זוכן א וועג ארויס צו לויפן, אבער ווען מען פאלט אין די טומאה דארף מען סך הכל נאר עפענען דאס מויל און זאגן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, נעם מיר ארויס פון די טומאה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיין אן ערליכער איד". אזוי זאלסטו טון, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך גיי שוין זיין גוט; העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויפ'ן יצר הרע"; אזעלכע ווערטער זאלסטו זאגן, וועסטו זען ווי עס וועט זיך ביי דיר אלעס טוישן, דו וועסט ווערן א נייער מענטש.
ווארף אוועק די כלים; אז מען וויל תשובה טון מוז מען אוועק ווארפן די זאכן, אז נישט איז דאס אזוי ווי א טמא'נער מענטש גייט אין מקוה און האלט אן א טויטע שרץ, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אפילו ער וועט זיך טובל'ן אין אלע וואסערן פון די וועלט וועט ער בלייבן טמא.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, משניות רייניגט דעם מענטש; משניות נעמט אראפ אלע ראסט וואס קלעבט זיך אן פון עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.