שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי לערן איך מיט די קינדער ביי אבות ובנים, ווען איך פארשטיי נישט קיין גמרא?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער נתעורר געווארן פון די קליפ וואס ווייזט ווי טאטע'ס געבן זיך נישט אפ מיט די קינדער נאר זיי זענען פארנומען מיט די סמארט פאון, און איך פרוביר אריינצולייגן מער צייט אין מיינע קינדער.


איך האב א שאלה, עס איז דא 'אבות ובנים' ביי אונז אין שול יעדן מוצאי שבת, איך זיץ מיט אלע מיינע קינדער, איך קען אבער נישט קיין גמרא, און איך פארשטיי נישט וואס זיי רעדן. זאל איך פשוט זיצן און שמועסן מיט זיי? אדער זאל איך זיי פארהערן נאר חומש רש"י וואס דאס קען איך יא ב"ה?


אויך וויל איך וויסן אזוי ווי איך האב 4 אינגלעך, יעדער אין אן אנדערע עלטער, וויפיל צייט זאל איך געבן פאר יעדן פון זיי ביי אבות ובנים?


איך קען נישט קיין חינוך, איך פרוביר זיך צו לערנען אביסל פון אייערע שיעורים.


יישר כח פאר אלעס.


זלמן לייב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, י"ט שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד זלמן לייב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק אביסל צייט פאר דיינע קינדער צו איבערגיין מיט זיי וואס זיי האבן געלערנט אין חדר דורכאויס די וואך, דאס וועט דיר ברענגען נחת פון דיינע קינדער ווען זיי וועלן עלטער ווערן.


א טאטע וואס געבט נישט אוועק פאר זיינע קינדער לכל הפחות איין שעה א וואך זיך צו אינטערעסירן וואס די קינדער מאכן, וואס זיי לערנען וכו' און שמועסט אביסל מיט זיי וכו', דער וועט זיך רייסן די האר פון קאפ ווען זיינע קינדער וועלן עלטער ווערן; קינדער וואקסן נישט פון זיך אליין, נאר אז מען געבט זיך אפ מיט זיי אין זייערע יונגע יארן וועלן זיי וואקסן שיינע פירות.


דאס וואס דו זאגט אז דו קענסט נישט קיין גמרא וכו'; קודם כל היינט איז דא גמרא'ס מיט טייטש אויף אלע שפראכן, אזוי אז אפילו איינער וואס האט נישט געלערנט אין די יונגע יארן קען אויך פארשטיין מער ווייניגער פון וואס די גמרא רעדט זיך. צווייטנס דארפסטו וויסן, אז דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז נישט אז מען זאל דעמאלט פארהערן די קינדער, נאר דער ציל פון 'אבות ובנים' איז צו מאכן א קשר צווישן טאטע און קינד. א גאנצע וואך איז דער טאטע פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה און עס קומט נישט אויס ער זאל שמועסן מיט זיינע קינדער, האט מען געמאכט 'אבות ובנים', אז מוצאי שבת זאל יעדע טאטע זיך אוועק זעצן אין בית מדרש מיט זיינע אינגלעך, ער טאטע זאל זיי דערציילן שיינע מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די פרשה און אויסהערן די קינדער וואס זיי טוהן אין חדר וכו'.


אז מען האט א שטוב מיט קינדער הייבט מען אן פון די יונגערע, ווייל זיי דארפן דאס מער און מען לערנט מיט יעדן קינד אביסל וכו'; פארשטייט זיך אז מען טאר נישט מאכן קיין אויסנאם פון איין קינד מער פון די אנדערע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת י:): "לְעוֹלָם אַל יְשַׁנֶּה אָדָם בְּנוֹ בֵּין הַבָּנִים", נאר מען דארף יעדן איינעם געבן אייניג אויפמערקזאמקייט. אויב מען האט א קינד וואס ער מוטשעט זיך מער וכו', דארף מען אים מער ארויסהעלפן וכו'. דער עיקר פון 'אבות ובנים' איז אז דער טאטע זאל אויסהערן זיינע קינדער וואס זיי טוהן א גאנצע וואך וכו' און זיי ארויסהעלפן וכו', מען דארף זיי נישט פארהערן.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אוועק א שעה יעדע מוצאי שבת ביי 'אבות ובנים' פאר דיינע קינדער. קינדער הערן אויס יעדעס ווארט וואס זייער טאטע רעדט צו זיי, בפרט קליינע קינדער; זיי איז נישט קיין חילוק צו דער טאטע איז א תלמיד חכם אדער א פשוט'ער מענטש, קינדער הערן אויס זייער טאטע יעדעס ווארט וואס ער זאגט זיי.


גיי איבער די פרשה מיט דיינע קינדער און לאז דיר אראפ צו זיי, וועסטו שעפן פון זיי נחת. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב' סימן ב): "סְגֻלָּה לַבָּנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר קינדער איז זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר אז דאס גייט ארויף אז מען האלט זיך קליין און מען לאזט זיך אראפ צו די קינדער, מען שפילט מיט זיי, מען פארציילט זיי מעשיות, מען אינטערעסירט זיך וואס זיי טוהן - דעמאלט איז מען זייער מצליח מיט זיי.


ועל כולם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער, וואויל איז פאר עלטערן וואס בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף גוטע קינדער וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער.