תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר'ן מיר צוריק געבן נאכאמאל מיין לעבן, נאר נאך וואס איך האב אויפגעגעבן דעם קאמפיוטער, אזוי ווי די ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט צו טון, האב איך פארשטאנען וואס איז געווען מיט מיר די גאנצע צייט וואס איך האב געהאט דעם קאמפיוטער, גלייך נאכדעם וואס איך האב צוריק געגעבן, האב איך געפילט ממש באפרייט, איך האב באקומען מיין מח און מיין טאג, איך האב שוין צייט צו לערנען, צו גיין הפצה, צו העלפן דעם רבי'ן.
דער קאמפיוטער האט מיר ממש פארקנאקט מיין מח, און דאס איז נאך מיט א כשר'ע קאמפיוטער. יישר כח פאר'ן מיר זאגן ווי אזוי זיך צו פירן, און מיר מאכן מיין לעבן זיס און געשמאק.
איך וויל אבער פרעגן וואס איך קען טון אז איך זאל נישט צו קומען נאכאמאל צו אזא זאך, צו טון זאכן אן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און נאכדעם האב איך חרטה פארוואס איך האב נישט געפרעגט? איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן א וועג אויך אויף דעם.
נאכאמאל א יישר כח פאר אלע גוטע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר, און איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ווייטער זאגן ווי אזוי צו לעבן ריכטיג, איך זאל נישט מאכן קיין טעותים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר, ירושלים
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס מיינסטו, מוהרא"ש האט אבי א נאמען געגעבן דעם קאמפיוטער 'מכשף' כישוף מאכער? אז מוהרא"ש האט דאס א נאמען געגעבן 'מכשף' איז דאס ממש אזוי, עס איז א כישוף מאכער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", זיי טוען אפשוואכן די כח פון די קדושה, אזוי אויך טוט דער קאמפיוטער – "מכחישין פמליא של מעלה" אפשוואכן די קדושה, די יראת שמים, און דערפאר האט מוהרא"ש גערופן דעם קאמפיוטער 'מכשף'.
פאר א נזיר זאגט מען (שבת יג.): "לֵךְ לֵךְ אָמְרִי נְזִירָא, סְחוֹר סְחוֹר לְכַרְמָא לֹא תִקְרָב", גיי נישט אריין אין א וויינגארטן ווייל דו וועסט נאכדעם צוקומען צו עסן פון די טרויבן, און אפילו עס איז נישטא קיין איסור פאר א נזיר צו גיין נעבן טרויבן און צו שפאצירן אין א וויין גארטן דאך זאגט מען אים 'מאך זיך גדרים וסייגים זאלסט נישט צוקומען צו טרינקען וויין', אזוי אויך זאג איך דיר: "לֵךְ לֵךְ, סְחוֹר סְחוֹר, ריר נישט אן קיין קאמפיוטער, אפילו מיט א פילטער"; דו האסט שוין טועם געווען פונעם סם המות, האסט שוין געעפנט א קאמפיוטער מיט א פילטער וכו' און געפאלן אין די ערגסטע פלעצער, זאלסטו נישט אנרירן דעם כלי, זאל זיין וואס זאל זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.