שאלה אין קורצן ענין
#19 - וועלכע הכשרים מעג מען עסן?
כשרות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, מורה דרך, היכל הקודש, מנהגים, חברים, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו אן אנדערע געגנט, און דא איז שווערער צו טרעפן עסנווארג מיט די בעסטע אנגענומענע הכשרים אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אין אונזער פריערדיגע פלאץ, האבן מיר אנגעהויבן עסן נאך פארשידענע הכשרים וואס חברים פון היכל הקודש האבן געזאגט פאר מיין מאן אז יענע הכשרים זענען גוט און אז מוהרא"ש האט געהאלטן פון די הכשרים. האב איך אבער געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם.


איך האב געוואלט פרעגן נאך א זאך, איך גיי צו די צוזאמקומען פון פרויען פון היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און די פרויען האבן גערעדט וועגן זיך אפרוען פון נאך קינדער, און איך דארף זיך כסדר פארענטפערן פאר זיי, און דאס נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון אהינגיין נאכאמאל. איך וויל האבן אסאך געזונטע קינדערלעך בעז"ה, אפילו עס איז שווער, און איך בעט נישט קיין הילף פון זיי. אבער איך ווער זייער צעבראכן צי איך בין גערעכט צי נישט, יעדעס מאל איך בין אביסל אויסגעמוטשעט טראכט איך שוין נאכאמאל צי איך האב כח פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קומט קיין היכל הקודש - טאר מען נישט מזלזל זיין אין די גוטע וועג ווי מען האט זיך געפירט ביז אהער, היכל הקודש איז נישט אוועק צו נעמען די גוטע מנהגים, היכל הקודש איז - אויסלערנען די עצות פון רבי'ן; התבודדות, שמחה, זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות, אכטונג געבן אויף שלום בית; נישט אויף מזלזל זיין אויף מנהגים וואס מען האט זיך געפירט ביז אהער.


לאזט נישט נאך אויף הכשרים, בפרט פלייש דארף מען נאכמער אכטונג געבן צו עסן נאר פון א גאר ערליכע הכשר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים - מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; גייט מיט די וועג פון אמאל, און נעמט היכל הקודש אויף חיזוק צו זיין פרייליך און צו מקיים זיין די תורה מיט שמחה.


בנוגע וכו'; אז מען קומט זיך צוזאם - די פרויען פון אנשי שלומינו – איין מאל א וואך אדער איין מאל א חודש - איז דאס זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון רעדן צום אייבערשטן, און חיזוק אין זיין א געטרייע ווייב און א רואיגע מאמע; און אז דער זאגט דעות וועגן האבן קינדער וכו' און יענער זאגט דעות וכו' - דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מעג רעדן, דאס איז נישט קיין זאך וואס חבר'טעס מאכן אפ, דאס האט מיט גרויסע ערליכע רבנים, דאס איז נישט קיין זאכן וואס מען רעדט ביי פרויען שמועסן.


גייט מיט אייער מאן נרו יאיר צו ענקער דיין, ענקער מורה דרך, און ער וועט אייך מדריך זיין מיט די וועג פון די תורה. ווייל עס איז דא צייטן וואס מען דארף בויען די וועלט, און עס איז דא צייטן וואס מען דארף זיך אפרוען, און ביי די פרויען צוזאמקום זאלט איר גיין זיך מחזק זיין און שעפן פרישע כוחות; מען קען שמועסן פון שטוב זאכן, פון קליידער, פון קאכן און באקן, פון עצה'לעך ווי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אבער נישט אויף צו מאכן א משפחה פלאן וויפיל קינדער, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - דארפן מיר בעטן פאר נאך קינדער?
שלום בית, קינדער, מורה דרך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן וואס איך דארף טון אין מיין מצב. מיר האבן ברוך ה' עטליכע קינדערלעך, און מיין ווייב וויל נישט האבן מער קינדער, אבער איך וויל יא. זי טענה'ט אז זי איז שוין איבער די פערציג און זי שפירט אז ס'איז נישט פאר אירע כוחות, אבער איך מיין אז זי האט סתם נישט קיין געדולד. זאל איך מוותר זיין פאר איר, אדער זיך שטארק שטעלן אויף דעם, ווייל איך וויל עס זייער שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין דיין ווייב. דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר", דער רבי האט געזאגט מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אָן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, "שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי", ער האט נישט געקויפט קיין טייערע קליידער פאר זיך, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד", אויך האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב, "הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט האט ער איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס ער האט געקענט; זאלסטו אויך זייער אכטונג געבן צו מכבד זיין דיין ווייב.


בנוגע ברענגען נאך קינדער; דאס זאלט איר איבערשמועסן מיט ענקער רב. דו און דיין ווייב, ביידע - זאלן ענק אריבערגיין צו ענקער רב און ער וועט אייך מדריך זיין אויף די ריכטיגע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - ווען ענטפערט דער ראש ישיבה קלאר וואס צו טון און ווען נישט?
אומאן, סיפורי צדיקים, מורה דרך, ספיקות, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס דער ראש ישיבה שרייבט פאר א טאטע אז זיין זון פרעגט קיינמאל נישט דעם ראש ישיבה וואס צו טון, און דער ראש ישיבה שרייבט דארט אז מען מוז האבן א מורה דרך וואס מען פרעגט אים יעדע זאך.


וויל איך אבער פארשטייט, ווייל פון די אנדערע זייט זאגט דער ראש ישיבה אסאך מאל אז ווען מען פרעגט דעם ראש ישיבה וואס צו טון דרייט זיך דער ראש ישיבה ארויס און ענטפערט יענעם נאר בערך וואס דער מענטש וויל הערן; אויב אזוי וואס האט מען פון פרעגן אויב דער ראש ישיבה ענטפערט סיי ווי נישט וואס מען זאל טון?


אפשר קען דער ראש ישיבה מיר אויסקלארן דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא בלק, ח): "בְּדֶרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ, בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", ווי אזוי א מענטש וויל זיך פירן - העלפט מען אים פון הימל. אזוי ווי מיר זעען ביי די פרשה מיט בלעם, אין אנהויב האט דער אייבערשטער אים קלאר געזאגט (במדבר כב, יב): "לֹא תֵלֵךְ עִמָּהֶם", גיי נישט מיט זיי; ער זאל נישט גיין שעלטן די אידן, און ווען דער אייבערשטער זעט ווי בלעם וויל יא גיין, זאגט אים דער אייבערשטער קלאר פינקט פארקערט (שם, כ): "קוּם לֵךְ אִתָּם", גיי יא מיט זיי; פון דא זעט מען אז מען זאגט דעם מענטש זיך צו פירן אזוי ווי ער וויל.


אזוי אויך זעען מיר ביי די מרגלים, משה רבינו האט נישט געוואלט שיקן מרגלים; פארוואס דארף מען שיקן מרגלים קיין ארץ ישראל קוקן אויב עס איז א גוט לאנד, דער אייבערשטער זאגט דאך קלאר אז עס איז א גוטע לאנד?! דאך געפונען מיר, ווען משה רבינו האט געזען ווי די אידן ווילן יא שיקן מרגלים, די אידן גלייבן נישט דעם אייבערשטן אז ארץ ישראל איז א גוטע לאנד, זיי ווילן שיקן אויסשפיאנירן אליינס ארץ ישראל, האט משה רבינו געשיקט מרגלים; ווייל ווי אזוי מען וויל זיך פירן - העלפט מען יענעם און מען גייט מיט יענעמ'ס ווילן.


אזוי אויך ביים רבי'ן איז געווען אמאל, דער ברסלב'ער רב רבי אהרן איז געקומען צום רבי'ן פאר ראש השנה און געפרעגט דעם רבי'ן (ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, ער האט געמיינט ער פרעגט) אז ער קען נישט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל ער האט א בית המדרש און די קהילה וויל ער זאל בלייבן ראש השנה מיט זיי, וואס ער זאל טון? האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, און שפעטער האט דער רבי געקרעכצט פארוואס ער איז נישט געקומען, האט מען געפרעגט דעם רבי'ן: "דער רבי האט אים דאך געזאגט ער זאל נישט קומען?!" האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "איך דארף יענעם זאגן וואס יענער וויל הערן"; דער רבי זאגט, אזוי איז יעדע מאל מען קומט פרעגן א צדיק אויף א מסירת נפש ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען נישט יענעם הייסן טון די מסירת נפש, מען מוז יענעם זאגן נישט צו טון.


דאס איז בכלל נישט קיין קאנפליקט מיט האבן א מורה דרך אין לעבן. מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, נאר אזוי קען מען לעבן. א איד דארף האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד וואס ווייזט אים ווי אזוי צו לעבן א תורה'דיגע לעבן, א לעבן מיט'ן אייבערשטן, דאס איז די וויכטיגסטע זאך. אזוי אויך ווען עס קומט צו א שידוך טון, מען זוכט א גוטער בחור - איז דאס די וויכטיגסטע זאך אויף וואס צו קוקן, אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער פרעגט יעדע זאך.


ווען עס קומט צו מסירת נפש זאכן - דארט קען מען נישט זאגן טון מסירת נפש; מען ווארפט רמזים, און אז יענער וויל טאקע וויסן וואס צו טון פארשטייט ער וואס צו טון.


א גמר חתימה טובה.

#16 - פארוואס זאל מיין ווייב נישט טארן אנטון א שייטל?
צניעות, קדושה, קליידער, מורה דרך, משפחה, מנהגים, שמירת עינים, שייטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים, עס העלפט מיר גאר גאר אסאך, כאטש איך בין נישט אפיציעל א ברסלב'ער, דאך הער הערן די שיעורים כסדר, און איך שעפ פון זיי גאר אסאך עצות און חיזוק, און עס האט מיר שוין אסאך צוריק געהאלטן פון עבירות. דאס שרייב איך פשוט אז איר זאלט וויסן אז אייערע שיעורים טוען אויף באהאלטענערהייט אפילו ביי אזעלכע וואס זענען נישט אפיציעל דערקלערט ברסלב.


וויבאלד ממש יעדע נושא אין אידישקייט וואס איר רעדט דערוועגן, הער איך אין דעם אזא געוואלדיגע קלארע דעת תורה וואס איך הער נישט פון קיינעם, עס קלארט מיר אויס אזויפיל בלבולים וואס דרייט זיך מיר אין קאפ, דערפאר וויל איך פרעגן איבער אן ענין וואס שטערט מיר שוין גאר א לאנגע צייט, און דאס איז בנוגע דאס וואס איך וויל זייער אז מיין ווייב זאל גיין מיט א הוילע שייטל.


אין מיין סביבה בכלל, און אין מיין משפחה בפרט, איז זייער שטארק די צוגאנג אז די פרויען מען מוז גיין אזוי ווי די מאמע, עס איז ממש ווי די עשרת הדברות, און עס איז ווי א לעבל אויף די משפחה, "אונז" גייען אזוי, און גיין אנדערש פילט זיך ווי די גרעסטע עבירה אין די תורה, און אין די זעלבע צייט ביי די שכינים ידידים און אנדערע, וואס "זיי" גייען מיט א הוילע שייטל אדער ווייניגער צוגעדעקט, איז עס כשר וישר, און זיי זענען טאקע יראים ושלימים, אבער ווייל זייער באבע איז מיט פופציג יאר צוריק אזוי געגאנגען האבן זיי א גרינגערע תורה, און אלץ איז אין בעסטן ארדענונג, און איך וואס מיין באבע האט דעמאלט געוואלט זיין פרומער און זיך צודעקן איז דאס שוין געווארן א חיוב גמור אויף אלע דורות ווייטער, און אויב מ'טוישט איז מען שוין "אפגעפארן" אדער געפאלן? איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס ארבעט, עס זעט נישט אויס ריכטיג אין מיינע אויגן. פארוואס דארף איך זיך מער פלאגן מיט שמירת עינים ווייל מיין באבע האט אזוי געטון?


מען רעדט דאך פון א זאך וואס די גדולי ישראל נאכ'ן קריג האבן בפירוש נישט אויסגעשלאסן. און ווען איך וואלט נישט געקומען אין קאנטאקט מיט אזעלכע וואס גייען אויפגעדעקט וואלט עס נישט געצויגן אזוי שטארק, עס וואלט געווען גרינג מסיח דעת זיין דערפון, אבער למעשה האלט איך אין איין באמערקן, אפילו מיט'ן פרובירן צו האבן שמירת עינים באמערקט איך עס, עס מאכט מיר שווערע נסיונות.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן פאר זיך אליין, איך פרעג זיך אליין פארוואס קומט זיך מיר נישט די הנאה פון מיין ווייב? פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? מה פשעי אז יענער קען האבן די הנאה און נאך זיין אפילו א חסידישער היימישער יונגערמאן און ביי מיר וועט דאס זיין די ערגסטע עבירה און איך בין א פאדארבענער מענטש פאר'ן עס נאר וועלן.


ווען עס וואלט זיך גערעדט פון אן איסור גמור וואס איך זע ביי יענעם, כאטש עס קען אויך מאכן קנאה ותאוה, ווייס איך כאטש וואס צו זאגן צו זיך אז דאס איז אן איסור און נעבעך אויף יענעם וואס פירט זיך נישט ערליך, אדער אפילו ווען עס רעדט זיך פון א חומרא מיט א קלארע מסורה, ווי למשל נישט צו לאזן די אייגענע האר, כאטש וואס עס איז יא דא געוויסע חסידישע וואס לאזן נאך פון דעם, און ממילא קען זיין א רייץ זיך נישט צו שערן, קען איך זיך אבער שטארקן אויף דעם, ווייל איך ווייס אז מיר גייען נאך די מסורה וואס ערליכע אידן האבן געהייסן און זיי האבן געוואוסט וואס איז גוט פאר אונז, איך ווייס פארוואס איך טו דאס, איך טו עס פאר'ן אייבערשטן, נישט פאר מיין מאמע, שוויגער, און אזוי ווייטער, אבער ביי די נושא וואס הערשט אזא צעמישטקייט אין די גאנצע זאך, עס ווענדט זיך נאר מיט די וועג פון "אונזער משפחה" אבער בעצם איז עס נישט קיין שום איסור, הייסט עס אז איך טו עס נאר ווייל איך אין מיינע אומשטענדן בין מער באגרעניצט, ווייס איך נישט ווי אזוי זיך מחזק צו זיין.


איך שטעל זיך פאר אז פאר אסאך מענטשן מאכט זיי נישט אויס אזוי שטארק אזוי צו אזוי, אבער ביי מיר איז אנדערש, עס ציט מיר יא שטארק די סארט שיינקייט פון א הוילע שייטל, עס מאכט מיר אסאך צער גאר אפט און איך קען נישט אויסגראדן מיינע מחשבות. איך האב שוין גאר אסאך מאל פרובירט צו מסיח דעת זיין פון דעם אבער אלץ קומט עס צוריק און עס שטערט מיר שטארק. איך קען נישט זען וועם אנדערש צו רעדן וועגן דעם. איך האב פרובירט צו זוכן אין פריערדיגע בריוו צו באקומען א קלארקייט איבער די נושא פון גיין מיט א הוילע שייטל, אבער איך האב נישט געטראפן וועגן דעם.


איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן אייך מטריח זיין, און איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיין דער גוטער שליח און איך זאל באמת גענצליך באפרייט ווערן פון דעם גלות הנפש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין כלל ביי דעם. איך ווייס פעלער ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו מוהרא"ש פרעגן אויב זיי קענען זיך אנטון אנדערש פון זייער משפחה, א טייל האט מוהרא"ש מדריך געווען אויף יא; מוהרא"ש האט זיי פונקטליך מדריך געווען ווי אזוי זיי זאלן דאס טון, ווי לאנג די שייטל זאל זיין וכו'. אזוי אויך זענען געווען משפחות וואס האבן זיך געוואלט אויסטון די צודעק פונעם שייטל און מוהרא"ש האט זיי מדריך געווען אז זיי קענען דאס טון. און אויך ווייס איך קלארע מעשיות וואס מוהרא"ש האט גע'עצה'ט נישט אויסטון די טיכל, גארנישט משנה זיין, נאר בלייבן מיט די לבוש אזוי ווי די מאמע גייט; דעריבער איז ראטזאם איר זאלט אריבער גיין צו אייער מורה דרך, אדער דיין וועם איר פרעגט אייערע שאלות, און ער וועט אייך מדריך זיין ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז האבן א מורה דרך, אן ערליכער איד - וועמען מען פרעגט ביי יעדע טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן. מען קען גיין מיט א טיכל, מען קען גיין מיט א שייטל; אויב מען לעבט אן א מורה דרך, מען האט נישט קיין וועג ווייזער א דיין אדער רב וכדומה וועם מען פרעגט און מען פאלגט - איז מען א הפקר מענטש און די קינדער וועלן זיך נישט האלטן אויף די אידישע וועג, און אז מען האט א מורה דרך, מאן און ווייב ביידע אינאיינעם האבן אן ערליכער איד וועם מען פרעגט - דאן איז גוט פאר זיי און גוט פאר זייערע דורות.


דעריבער זאלט איר פרעגן אייער רב, אייער דיין - וואס איר זאלט טון, ווי אזוי איר זאלט זיך פירן.


איין קליינע באמערקונג, דאס וואס דו שרייבסט: "פארוואס זאל מיין ווייב נישט גיין אנגעטון אויף א וועג אז איך זאל נישט דארפן קוקן אויף אנדערע? און פארוואס דארף איך מיך מער פלאגן מיט שמירת עיניים ווייל מיין באבע האט זיך אנגעטון א טיכל נאכן קריג?"


וויסן זאלסטו, ווי אזוי דיין ווייב וועט נאר גיין אנגעטון - וועסטו דארפן ארבעטן אויף שמירת עיניים, ווייל די אינגעלייט וואס זייערע ווייבער גייען אנגעטון מיט א שייטל - דארפן אויך ארבעטן אויף שמירת עיניים, די האבן אויך שווערע ביטערע נסיונות. פאר דיר דאכט זיך יעצט אז אויב דיין ווייב וואלט ווען געהאט א שייטל וואלט דיר געווען גרינגער, עס איז נישט אזוי; עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אויף שמירת עיניים ווי אזוי דיין ווייב וועט זיך אנטון, אז דו ווילסט האבן ריינע אויגן - דארפסטו היטן דיינע אויגן, מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "אין חוצץ בפני התאוה כעצימת העינים" (עיין ספר חסידים, סוף סימן י), די בעסטע עצה צו באזיגן די תאוה איז אז מען זאל פארמאכן די אויגן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היט דיינע אויגן, אזוי וועסטו זיין צופרידן מיט דיין ווייב, מיט דיין לעבן; דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק. די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער זאגט: "אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי", אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט דיינע אויגן - ווייס איך אז דו ביסט מיינער; ווייל חס ושלום אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט עבירות - ווערט מען א חסר דעה, מען ווערט משוגע. אזוי ווי עס שטייט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מוהרא"ש טייטשט, דאס מיינט מען אז דער וואס היט נישט די אויגן - ווערט משוגע רחמנא לצלן, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו; עיין קיצור לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס, אות ה): "רוב משוגעים ווערן משוגע פון תאות ניאוף".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי?
חסידות ברסלב, מורה דרך, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין די לעצטע פאר יאר האב איך זייער ליב די ברסלב'ע מהלך פון פשטות און תמימות, אבער איין זאך עגבערט מיר זייער, ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי וואס זאל מיר ווייזן דער וועג? קען איך נישט פארפארן פון די ריכטיגע וועג ווען איך לערן נאר ספרים און איך נעם מיין הדרכה פון דארט? דארף איך דען נישט איינער זאל מיר ווייזן "כזה ראה וקדש", מיר זאגן פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן? אויסער די כלליות'דיגע זאכן ווי התבודדות און דרך הלימוד און דאס גלייכן.


איך זוך באמת דעם ריכטיגן וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, און די קשיא דרוקט מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נישט קיין מנוחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות שלוחין הלכה ה, אות יב): "צְרִיכִין לְהַאֲמִין שֶׁבְּוַדַּאי נִמְצָא אֶחָד אוֹ רַבִּים שֶׁהֵם תַּלְמִידָיו הָאֲמִתִּיִּים שֶׁקִּבְּלוּ תּוֹרָתוֹ, וּדְרָכָיו, וַעֲצוֹתָיו, וּרְמָזָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁיְּכוֹלִים לְהַחֲיוֹת אֶת הַכֹּל", מיר דארפן גלייבן אז עס איז זיכער דא איינער אדער אסאך תלמידים פונעם צדיק וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה פונעם צדיק, די וועג פונעם צדיק, די עצות פונעם צדיק, און זיי קענען דאס ווייטער איבערגעבן, "כִּי אֵין דּוֹר יָתוֹם וּבְוַדַּאי לֹא נִסְתַּלֵּק הַצַּדִּיק עַד שֶׁהִשְׁאִיר אַחֲרָיו בְּרָכָה", דער צדיק גייט נישט אוועק אן איבערלאזן זיין הייליגקייט אויף ווייטער, "שֶׁהֵם הַתַּלְמִידִים הָאֲמִתִּיִּים שֶׁלּוֹ, שֶׁהֵם בְּחִינַת הַחֲלִיפוֹת שֶׁלּוֹ", זיינע תלמידים וואס געבן ווייטער איבער זיין תורה, זיין עצה; עס איז כדאי דו זאלסט דורכלערנען די הלכה און זען אז מען קען טרעפן דעם הייליגן רבי'ן צווישן די תלמידים.


מען דארף אסאך זוכן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ווערן מקורב צום צדיק. רבי נתן זאגט (שם, אות ה): "וְכָל אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטָן וְעַד גָּדוֹל צָרִיךְ לִזָּהֵר בָּזֶה מְאֹד כָּל יָמָיו, לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשֹ רַבִּי אֲמִתִּי כָּזֶה", יעדער איינער, פון גרויס ביז קליין - דארף זיין גאנץ לעבן זוכן און נישטערן צו ווערן מקורב צום צדיק, "כִּי אֲפִלּוּ מִי שֶׁזּוֹכֶה לִמְצֹא לְעַצְמוֹ רַבִּי אוֹ חָבֵר אֲמִתִּי שֶׁקִּבֵּל מִצַּדִּיקֵי אֱמֶת דִּבְרֵי אֱמֶת הַמּוֹעִילִים לְנַפְשׁוֹ בֶּאֱמֶת, אַף עַל פִּי כֵן עֲדַיִן צָרִיךְ לְחַפֵּשֹ הַרְבֵּה בְּכָל יוֹם", ווייל אפילו דער וואס האט שוין זוכה געווען צו טרעפן א רבי אדער אן אמת'ער חבר וואס האט מקבל געווען פון צדיקי אמת דארף אויך זוכן יעדן טאג צו ווערן נענטער און צו קענען מער מקבל זיין, "כִּי יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהוּא יוֹשֵׁב אֵצֶל הַצַּדִּיק וַעֲדַיִן אוֹרוֹ חָשׁוּךְ אֶצְלוֹ וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ נְעִימוּת אֲמִתַּת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים", מען קען זיצן נעבן צדיק און מען שפירט נישט די ליכטיגקייט, מען שפירט נישט די זיסקייט פונעם צדיק, עס איז נאך אלץ טונקל.


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן - וועסטו טרעפן וועם צו פרעגן און ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דארף איך אויסזאגן ביי א שידוך אז איך האב פחדים?
שידוכים, מורה דרך, בחור, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור אין די יארן פון די שידוכים, איך לייד פון פחדים, אבער איך האב ברוך ה' געטראפן א דאקטער וואס האט מיר געגעבן מעדעצין צו בארואיגן און מיט דעם בין איך ממש א נייער מענטש, אבער אן די מעדעצין איז מיין לעבן אויס.


מיין שאלה איז וואס צו טון וועגן שידוכים, מוז איך אויסזאגן אז איך נעם מעדעצין פאר פחדים, איך טראכט אז אויב וועל איך אויסזאגן וועט מיר קיינער נישט וועלן נעמען, ווידער אויב איך זאג נישט אויס איז עס אפשר גניבת דעת, ס'הייסט אז איך האב יענעם אריינגענארט.


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז דאס איז בלויז ווי נעמען טיילענאל פאר קאפ וויי, און דאס מאכט מיר טראכטן אז לכאורה דארף מען דאך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט טיילענאל, ממילא דארף מען אויך נישט אויסזאגן אז מ'נעמט מעדעצין. אדער אפשר איז עס נישט ממש גלייך?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה וואס צו טון.


יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען נישט ענטפערן ווען איך ווייס נישט דיין מצב פון דער נאנט; עס ווענדט זיך ווי שטארק די פחדים זענען און ווי שטארק עס קלאפט אויס.


פרעג דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך ער זאל דיר זאגן אויב דיין מצב איז גוט אדער דו דארפסט פארציילן וכו'. ווייל נישט אלץ דארף מען זאגן, אבער דאס איז קלאר אז אויב די פחדים זענען זייער שטארק וכו' - דארף מען יא זאגן, זאלסטו דאס פרעגן דיין מורה דרך וואס קען דיר פערזענליך.


דער עיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן, עס זאל דיר בכלל נישט אנגיין אז דו דארפסט נעמען מעדעצין צו זיין רואיג. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן די ריכטיגע מעדעצין וואס ארבעט פאר דיר און מאכט דיר רואיג און פרייליך.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין גוטע לעבן וועסטו שפירן אויף די וועלט די זיסע טעם וואס אלע צדיקים שפירן אין גן עדן. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן שפירט מען א טעם פון גן עדן"; ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז דער מענטש נענטער צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ז): "לֶעָתִיד לָבוֹא כָּל הַקָּרְבָּנוֹת בְּטֵלִין, וְקָרְבַּן תּוֹדָה אֵינוֹ בָּטֵל; כָּל הַתְּפִלּוֹת בְּטֵלוֹת, הַהוֹדָאָה אֵינָהּ בְּטֵלָה", לעתיד לבוא וועלן אלע קרבנות בטל ווערן, חוץ קרבן תודה וועט איבערבלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#13 - זאל איך נאכגעבן פאר מיין מאן וואס וויל האבן א קאמפיוטער אין שטוב?
שלום בית, קאמפיוטער, מורה דרך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר אלע דרשות, עס געט מיך צו א שטיק לעבן.


מיין מאן וויל האבן א קאמפיוטער אין שטוב, וואס מ'קען דערויף גארנישט קוקן, ס'איז נאר געמאכט צו קענען איבערלייגן פון א סידי אויף א קארטל, אדער צו שרייבן זאכן אויף ווארד, עקסעל, און דאס גלייכן. ער טענה'ט אז אזא סארט קאמפיוטער הייסט בכלל נישט קיין קאמפיוטער, דאס איז נישט פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אז מ'זאל נישט האבן קיין קאמפיוטער אין שטוב.


כ'ווייס אז מיין מאן איז אייביג גערעכט, למשל איך פלעג אמאל האלטן אז ברסלב איז נישט א גוטע פלאץ, מיין מאן האט אבער געהאלטן אז ס'איז יא גוט, און היינט זע איך אז ער איז גערעכט. וויל איך וויסן צי דא בין איך זיך אויך טועה, ווייל איך האב נישט קיין חשק צו האבן קיין שום סארט קאמפיוטער אינדערהיים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שאלה איז אביסל אינטערסאנט.


אויב ער וויל אזוי שטארק איר זאלט זיין ביי זיין ראש ישיבה און ער וויל אלעס פאלגן זיין ראש ישיבה - פארוואס זאל ער אליינס נישט פרעגן זיין ראש ישיבה אויב דאס איז אויך נכלל אין דאס וואס זיין ראש ישיבה זאגט אז מען זאל נישט האבן א קאמפיוטער אין שטוב?


א שאד זיך ארום צו קריגן און זיך ארום טענה'ען די פאר יאר וואס מען לעבט; אז עס איז דא חילוקי דיעות אין שטוב נעמט מען אן ערליכער איד, א קלוגער איד - וואס ביידע, סיי דער מאן און סיי די ווייב וועלן אננעמען וואס דער ערליכער איד זאגט, אזוי דארף מען זיך נישט טענה'ען און קריגן.


איר דארפט פארשטיין, דער אייבערשטער האט באשאפן א גרויסע וועלט מיט אן א שיעור מענטשן און איינס פון די גרעסטע וואונדער איז דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח.): "שֶׁאֵין דַּעְתָּם דּוֹמֶה זֶה לָזֶה", יעדער איינער טראכט אנדערש, יעדער האט אנדערע זאכן וואס ער וויל; דאס קלאפט אויס צווישן מאן און ווייב, יעדער איינער האלט אז ער האט די ריכטיגע וועג. מען קען זיך נישט אויסקומען אייניג נאר אז מען גייט אויף דעם וועג פון די תורה, מען פרעגט ביי יעדע זאך וואס מען זאל טון.


בעטס אייער מאן ער זאל דאס אליינס דורך שמועסן מיט זיין מורה דרך און וואס ער זאגט וועט איר טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - זוכן א שידוך דוקא נאר וואס וועט בלייבן לערנען אין כולל נאך די חתונה?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מורה דרך, מדות טובות, יראת שמים, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע מוסדות, וואו מען לייגט א שטארקע דגוש אז דער מאן זאל לערנען אין כולל, מיט א שאיפה צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. איך האב פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען די הייליגע תורה, און איך האב באשלאסן אז דאס איז טאקע וואס איך גיי קוקן ווען איך וועל זוכן א שידוך, איך וועל זוכן א בחור וואס פלאנט צו בלייבן לערנען אין כולל.


ווען איך בין אבער געווארן מקורב צו ברסלב, האב איך פארשטאנען אז מען קען לערנען תורה אויך ווען מען גייט ארויס ארבעטן, איך האב געהערט ביי א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן אז יעדער זאל בלייבן לערנען אין כולל, אויך האב איך געלערנט אין ספר הקדוש אשר בנחל אז אויך מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פאר אינגעלייט אז זיי זאלן גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה.


יעצט בין איך שוין צעמישט צווישן די צוויי זייטן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם אז דער עיקר איז תורה און דער מאן דארף בלייבן אין כולל, און ס'איז מיר מאדנע צו טראכטן אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט בין איך מקורב געווארן צו חסידישקייט וואו עס איז מער אנגענומען אז דער מאן גייט ארבעטן נאך די חתונה און די פרוי בלייבט אינדערהיים פארנומען מיט די קינדער.


יעצט ווען איך שטיי אין שידוכים, דארף איך באשליסן וועלכע סארט שידוך צו הערן, מעג איך קוקן נאר אויף שידוכים וואס מען טראגט אן פון בחורים וואס פלאנען צו בלייבן לערנען אין כולל, אדער איז דער עיקר צו קוקן אויף מידות טובות און יראת שמים.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען ענטפערן, ווייל איך בין זייער נערוועז פון דעם און ס'איז מיר וויכטיג זיך אויסצוקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען גייט צו א שידוך דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן, אויף די מידות פונעם מענטש און אויף די יראת שמים; אויב איז דא גוטע מידות אינאיינעם מיט יראת שמים - איז כדאי צו ענדיגן די שידוך, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן. אזוי ווי עס שטייט (קהלת יב, יג): "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מורא האבן פון אייבערשטן און טון די מצוות - דאס איז דער עיקר, דאס איז דער גאנצער מענטש.


בנוגע לערנען נאך די חתונה; דאס קען מען נישט וויסן, אזויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז מען הויבט אן לערנען נאך די חתונה, און אמאל דעם וועם מען מיינט אז ער גייט בלייבן לערנען - שטעלט זיך ארויס אז נישט.


אויך איז וויכטיג מען זאל זיך אינטערעסירן אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער איז זיך מכניע פאר אן ערליכער רב, ער פרעגט זיינע שאלות און ער פאלגט.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - מסכים זיין צו א שידוך וואס האט א סמארטפאון?
שידוכים, מורה דרך, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, מען האט מיר אנגעטראגן א שידוך, און נאכ'ן מברר זיין און באקומען גוטע אינפארמאציע האבן מיר געהאט א בעשוי, און ער האט מיר דערציילט אז ביי זייער חסידות איז זייער נארמאל דארט צו האבן א סמארטפאון, און ער האט אויך אזא טעלעפאן, און דער רבי פון יענע חסידות האלט אז עס נישט קיין פראבלעם אויב מען האט עס אויף א כשר'ן אופן.


דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויפ'ן שידוך, כאטש וואס עס זעט אויס אז ער נוצט עס טאקע נאר אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, א האלבע טאג נוצט ער עס בכלל נישט, ווייל ער קען עס נישט אריינברענגען דארט וואו ער ארבעט, און ער זאגט אז ער האט זיך געמאכט א גדר נישט צו זיין פארבינדען צו גרופעס פון נייעס וכדומה, אבער ביי אונז אין שטוב איז אזוי שטארק אנגענומען קעגן דעם ברוך ה', און פלוצלינג זאל זיך יעצט טוישן פאר די קינדער די צוגאנג צו טעלעפאנען, און בעצם אויך פאר מיר, עס מיר זייער שווער.


ער האט מיר געזאגט אז זיין רבי האלט אז אויב עס איז שוין דא אזא זאך, איז בעסער עס צו נוצן פאר גוטע זאכן און פאר פרנסה און דאס גלייכן. וואס זאגט דער ראש ישיבה אויף דעם? זאל איך ממשיך זיין מיט דעם שידוך?


און צו די געלעגנהייט וויל איך אויך אויסדרוקן א גרויסן יישר כח אויף די פיל חיזוק וואס מיר באקומען כסדר פון די זאכן פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מברר אויף זיינע מידות און אויף זיין יראת שמים, און אויב ער האט גוטע מידות און יראת שמים זאלט איר גיין צום שידוך מיט שמחה.


דאס אליין, אז א מענטש האט א רבי, א מורה דרך, ער פרעגט זיין רבי און זיין רבי לערנט אים ווי זיך צו פירן - איז א געווינס. ווייל דאס איז דאס וויכטיגסטע זאך; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן אויף גוטע מידות, יראת שמים און צי עס איז דא הכנעה פאר א רב, פאר א רבי.


אודאי איז א טעלעפאן אן איינגעשטעלטע זאך, מען קען אלעס פארלירן השם ישמרינו; אבער אז דאס ווערט אויסגעשמועסט מיט א רב - איז דאס עפעס אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#10 - מעג א טאטע טוישן אדער באדן זיין קליין מיידל?
שלום בית, צניעות, קינדער, לימוד התורה, מורה דרך, צדיקים, בית המדרש, דאווענען, חברים, סדר דרך הלימוד, מנין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף אלע בריוו יעדע וואך אין עצתו אמונה, און פאר דעם גליון פון חינוך, איך ליין עס יעדן שבת, און דאס איז ממש מיין עונג שבת, איך ווארט יעדע וואך אויף דעם. ברוך ה' אז צוביסלעך קום איך צוריק צו די כוחות, און איך קען ווייטער אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד און דאווענען יעדן טאג די דריי תפלות.


איך האב ברוך ה' א קליין מיידעלע, שוין א יאר אלט, און לעצטנס הער איך פון ארומיגע מענטשן אז עס פאסט נישט פאר א טאטע צו באדן די מיידל, אדער צו איבערטוישן די מיידל, אדער אפילו צו בעביסיטן די מיידל, ווען מיין ווייב דארף הילף.


איך האב קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם. פארקערט, מוהרא"ש האט אלץ גערעדט אז מען דארף העלפן אין שטוב. האב איך געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, שחרית מנחה מעריב, און זיי מקפיד צו גיין אין שול דאווענען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול, "וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה", אין זעט אז עס איז נישטא קיין מנין, "מִיָּד הוּא כּוֹעֵס", ווערט דער אייבערשטער בכעס, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נ, ב): "מַדּוּעַ בָּאתִי", פארוואס בין איך געקומען, "וְאֵין אִישׁ", ווען עס איז נישטא קיין מענטש? "קָרָאתִי", מען רופט מיך, "וְאֵין עוֹנֶה", און איך ענטפער נישט; זאגן די הייליגע צדיקים, ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאווענט מיט מנין - איז נישטא קיין כעס נאר דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שם ז:) אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאווענט.


אויך פריי איך זיך אז דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג די בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְּלִפָּה הַמְחַטֲאַת אֶת הָאָדָם בִּפְגַם הַבְּרִית שֶּׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא - פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; א שאד אז מענטשן ווייסן נישט פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו אן פארשטיין; ווייל ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון א בלאט גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער - וואלט יעדער איינער געעפנט די הייליגע גמרא און געלערנט.


בנוגע דיין פראגע וכו'; קענסט שמועסן מיט חברים, פארברענגען מיט מענטשן, אבער דעות - זאלסטו אויסהערן נאר פון צדיק, און אודאי און אודאי ווי אזוי אוועק צו שטעלן דיין שטוב - זאלסטו נאר אויסהערן דעם צדיק.


דער צדיק זאגט העלף אין שטוב, באד די קינדער, בעבי-סיט די קינדער און טויש די קינדער; נישט נאר מען מעג, נאר א טאטע מוז העלפן באדן די קינדער און טוישן די קינדער; איז וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין פון אנדערע?


וואויל איז דעם וואס העלפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי וועלן מיר קענען באצאלן די הוצאות פון נאך קינדער?
רפואה, קינדער, מורה דרך, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי מיר האבן שוין ברוך ה' דריי קינדערלעך, און איך וויל זייער האבן נאך קינדער, אבער מיין מאן האט נישט קיין געהעריגע אוועקגעשטעלטע פרנסה, יעדע פאסטן וואס ער נעמט ווערט ער באצאלט ווייניגער פון אונזערע חודש'ליכע הוצאות, אויסער דעם וואס מיר האבן נאך אויך אסאך חובות צו באצאלן. איז די שאלה אויב מיר מעגן האבן נאך קינדער, ווען מיר ווייסן נישט ווי אזוי מיר וועלן קענען דעקן די פרישע הוצאות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער ברענגט פרנסה, קינדער ברענגט ברכה, קינדער ברענגט אלעס גוטס; כל זמן מען איז געזונט פיזיש און גייסטיש, די מאמע האט כח - וועלן די קינדער נאר ברענגען שפע, ברכה והצלחה. צדיקים טייטשן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "בא זכר בעולם בא ככרו בידו", אז א קינד ווערט געבוירן - קומט ברויט, עס קומט שפע.


נאר אויב די מאמע איז נישט ביי די כוחות - דעמאלט דארף מען דאס דורכרעדן מיט א גרויסער רב, אן ערליכער רב און טון וואס די תורה זאגט, אבער אויב איז די זאך געלט - איז פונקט פארקערט, נאר דורך קינדער וועט מען זיין געבענטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - וואס טוט מען מיט די פורים געלט און חנוכה געלט פון די קינדער?
חינוך הילדים, קינדער, מורה דרך, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע קינדער האבן געלט וואס זיי האבן באקומען פון די זיידעס און באבעס, פורים געלט און חנוכה געלט, מיין צען יעריגע לייגט אוועק דאס געלט, מיין אכט יעריגע שפילט זיך דערמיט, טוישט עס אויף יעדע פאר טעג אויף קלענערע און דערנאך צוריק צו גרעסערע, און די פינף יעריגע וויל נאר קויפן זאכן און עס אויסגעבן אויף נארישקייטן.


מיין שאלה איז וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון, עס לאזן ביי זיי, אוועקנעמען פון זיי, אדער עס אוועקלייגן פאר זיי פאר שפעטערדיגע יארן?


איך האב שוין פרובירט עס צו נעמען פון זיי און אפשרייבן וויפיל זיי האבן ביי מיר, אבער יעדע פאר טעג בעטן זיי עס צוריק, אדער וויל ער עפעס קויפן דערמיט.


איך האב געזאגט פאר די קינדער אז איך גיי פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און וואס ער וועט ענטפערן אזוי וועט מען טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס וואס דו האסט זיי געזאגט אז דו גייסט פרעגן און אזוי וועלן מיר טון - דאס איז זייער א שטארקע זאך פאר די חינוך פון די קינדער; דאס איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס עלטערן דארפן אויסלערנען און ווייזן פאר די קינדער - אז א איד פרעגט זיינע פראגעס; מען גייט צום דיין, צום רב, מען פרעגט. אזוי וועלן זיי טון, ווען זיי וועלן עלטער ווערן - וועלן זיי זיך זוכן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - זאל זיי מדריך זיין.


לייג אוועק זייער חנוכה געלט און פורים געלט - ביז זיי וועלן עלטער ווערן, דעמאלט וועסטו זיי דאס געבן. עס איז נישט גוט קינדער זאלן האבן געלט און דאס אויסגעבן פאר נארישקייטן.


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#7 - מעגן עלטערן זאגן פאר חתונה געהאטע קינדער וואס צו טון?
כיבוד אב ואם, קינדער, מורה דרך, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אלס עלטערן פון חתונה געהאטע קינדער, טרעפן מיר זיך צומאל אין מצבים וואס מיר זענען אין א פארלעגנהייט אויב מיר זאלן זיי זאגן עפעס ווען מיר זעען ביי זיי זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, ספעציעל אין אונזער שווערע דור וואס איז פול מיט אזוי סאך שווערע נסיונות.


מיר ווייסן אז עלטערן דארפן זיך נישט אריינמישן אין דאס לעבן פון די חתונה געהאטע קינדער,  מען דארף זיי לאזן לעבן זייערע אייגענע לעבן, אבער פון די אנדערע זייט אויב זעט מען נישט גוטע זאכן, ספעצילע אין רוחניות, זאכן וואס קען זיין ממש א סכנה, דארף מען נאכאלץ בלייבן שטיל, גארנישט זאגן, און זיך נישט אריינמישן? אדער איז יא דא פעלער וואס מיר קענען זיי אויפמערקן און זאגן וואס צו טון, אלס עלטערן?


וואס זענען די כללים, וואס איז די ריכטיגע וועג זיך פירן, אין דעם פארפלאנטערע נושא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עלטערן מעגן זאגן און עלטערן דארפן זאגן, אבער עס ווענדט זיך ווי אזוי מען זאגט דאס; אז מען זאגט דאס שיינערהייט, מיט ליבשאפט - דעמאלט איז גוט צו זאגן, אבער אז מען זאגט דאס נישט אויף א גוטע וועג, דעמאלט זאגן חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סה:): "כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו זאגן א זאך וואס מען וועט אויסהערן און אננעמען - אזוי איז א מצוה מען זאל נישט זאגן א זאך וואס מען וועט נישט אננעמען.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ערליכע קינדער, און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר גאנץ כלל ישראל אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


אמאל קען מען שטילערהייט רעדן צום דיין אדער מורה דרך פון די קינדער, ווען מען ווייסט אז זיי וועלן מער אננעמען פון זיי ווי פון די עלטערן.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן צו זיי און וואס צו רעדן צו זיי; מיט תפילה וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אפשר זענט איר מעורר איבער די הארבקייט פון א שייטל פאר פרויען?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך, צדיקים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווייס אז דער ראש ישיבה זוכט נאר דעם אמת לאמיתה, און דעריבער ווענד איך זיך צו אייך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ארויסקומען א קידוש ה' דערפון.


די זאך שטערט מיר זייער שטארק, דער אייבערשטער האט אונז געגעבן מצוות, און אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס טראכטן נישט וואס דער אמת'ער רצון ה' איז מיט די מצוה, פארוואס דער אייבערשטער האט דאס באפוילן, און מ'פרובירט צו טון שטיקעס און טריקס זיך ארויסצודרייען דערפון. צום ביישפיל די מצוה פאר א פארהייראטע פרוי זיך צוצודעקן דעם קאפ, פארוואס האט דער אייבערשטער דאס געהייסן? פאר צוויי סיבות, איינס אז מ'זאל וויסן אז זי איז חתונה געהאט און זי זאל זיין אפגעהיטן, און די צווייטע סיבה אביסל אוועקצונעמען פון איר שיינקייט, עס זאל נישט ציען דאס אויג פון פרעמדע. אבער וואס עס פאסירט מיט די היינטיגע שייטלעך איז דאך ממש פונקט פארקערט פונעם רצון ה', מען האט שוין געהערט מעשיות אז מ'האט אנגעטראגן שידוכים פאר חתונה געהאטע פרויען, מיינענדיג אז זי איז נאך א מיידל, און אנשטאט צו באהאלטן איר שיינקייט, איז עס פונקט פארקערט, אלס מיידל איז נאך געגאנגען מער צוזאמגענומען איידל די האר בצניעות, און נאך די חתונה טוט זי זיך אן אן אפענע שיינע שייטל וואס איז פיל ווייניגער צניעות'דיג, ממש א שרעק ווי אזוי עס זעט אויס.


איך האב אויך געהערט אויף א געוויסער צדיק פון אנשי שלומינו פון אסאך יארן צוריק, אז זיין טאכטער האט געוואלט אויסטון די שייטל און אנטון א שפיצל, האט ער איז געזאגט אז ענדערש זאל זי בלייבן מיט'ן שייטל און וויסן אז זי איז נישט גוט, אזוי וועט זי עס איין טאג אויסטון און גיין געהעריגע צניעות'דיג אפגעבינדען, ווי איידער אנצוטון א שפיצל, וואס האט פעדעמער אזוי ווי האר, און זיך איינרעדן אז זי איז שוין אין ארדענונג.


אז אידישע קינדער הערן אויס אייערע דרשות, אפשר קענט איר מעורר זיין איבער דעם ענין, אז פרויען זאלן זיך אנטון דעם אמת'ן צניעות-קרוין, זיך צוצודעקן דעם קאפ אינגאנצן, און אזוי אריינברענגען קדושה אין אידישע קינדער, און ברענגען די גאולה שלמה בקרוב, אמן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, גיין א טיכל איז זייער ערליך און זייער חשוב, אבער עס איז דא א וויכטיגע זאך וואס די הייליגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן פארשטאנען ווי אזוי צו פירן כלל ישראל.


מוהרא"ש דערציילט פונעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ער האט זייער מקפיד געווען אז פרויען זאלן זיך אפשערן און גיין נאר מיט א טיכל. מיט דעם אלעם, פון ווען ער איז געקומען אין שטאט סאטמער און ער האט געזען אידישע פרויען גייען מיט אייגענע אפענע האר, האט דער צדיק געזאגט: "ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין מיט אייגענע האר"; אויך איז ענדערש צו גיין מיט א שייטל ווי עס זאל זיך נאר ארויסשטעקן אביסל אייגענע האר, דאס איז דאך א קלארע פאקט אז די וואס גייען מיט אייגענע האר צוגעדעקט מיט א טיכל - גליטשט זיך אראפ די טיכל און די האר זעט זיך ארויס, און די וואס גייען מיט א שייטל - ביי זיי איז די האר צוגעדעקט.


די אלע וואס פארפירן קעגן שייטלעך - מאכן נאר חרבנות; די אלע נייע אנשיקענישן צווישן פרויען וואס רעדן און העצן קעגן שייטלעך - די זענען פארדארבערס, ווייל די הייליגע צדיקים וואס זיי האבן געוואלט אריינברענגען נאר קדושה וטהרה ביי אידישע קינדער, זיי האבן זיך זייער לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושת ישראל - ביי זיי אין שטוב איז נישט געווען די זאך פון האר אדער שייטל, ביי זיי איז מען געגאנגען אפגעשוירן מיט א טיכל; זיי האבן פארשטאנען דעם דור, זיי זענען געווען מנהיגי ישראל, זיי האבן געוויסט אז אויב וועט מען אסר'ן שייטלעך וועט מען גיין מיט אייגענע אפענע האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי מאך איך זיכער אז עס הערשט דרך ארץ ביי מיין שיעור?
מורה דרך, דרך ארץ, דרשות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו געבן יעדן טאג א שיעור פאר בחורים, מיט חיזוק פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א, די דיבורים זענען זיי זייער מחזק. איך דאנק זייער דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע עצות און שכל צום לעבן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט ביי די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק, און זיכער אויך נאך פילע אידן איבער די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון אז עס זאל זיין דרך ארץ ביי מיין שיעור, אז די בחורים זאלן נישט שמועסן און זאלן זיך צוהערן. איך פרוביר צו רעדן שיינע דברי חיזוק, עס זאל זיין געשמאק צו הערן, עס פאסירט אבער צומאל אז טייל בחורים הויבן און רעדן און שמועסן און ווערן פארנומען מיט זייטיגע זאכן ביים שיעור, און דאן דארף איך זיי מעורר זיין נישט צו רעדן. עס איז מיר זייער נישט געשמאק צו דארפן אפשטעלן דעם שיעור און זיי אויפמערקן אויף דרך ארץ, און דאס איז זיכער אויך נישט געשמאק פאר זיי.


ווי אזוי קען איך מאכן אז די בחורים זאלן וויסן און פארשטיין אז ביי מיין שיעור רעדט מען נישט און מען שטערט נישט, אזוי וועל איך קענען רואיג רעדן און אריינברענגען אין זיי ריינע יראת שמים אן קיין הפסקות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", דרך ארץ איז פאר תורה; כדי מען זאל קענען מקבל זיין תורה איז נאר אויב מען האט דרך ארץ, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דאס איז די ערשטע לימוד וואס דו דארפסט אויסלערנען דיינע תלמידים, און שטיין אויף דעם זייער שטארק. עס מוז זיין דרך ארץ ווען מען לערנט, פאר דעם קען מען נישט רעדן; אז מען רעדט, מען לאכט - איז א שאד די ארבעט, עס איז אומזיסט די ארבעט.


ביי אלע צדיקים איז געווען א שטארקע דרך ארץ (דיסציפלין). מיר געדענקען זייער גוט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ביי מוהרא"ש, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש קומט אראפ איז שוין געווארן שטיל, און ווען מוהרא"ש האט געעפנט די טיר האבן מיר זיך נישט גערירט פון פלאץ, מיר זענען אלע געשטאנען באימה ויראה כדי צו קענען מקבל זיין; אזוי איז געווען ביי אלע צדיקים, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען דאס מיט די בחורים, עס זאל זיין דרך ארץ ביי די שיעור, איך שטיי זייער שטרענג אויף דעם; נאר אזוי קען מען מקבל זיין. אזוי זאלסטו אויך טון, לערן מיט די בחורים, פארלאנג פון זיי זיי זאלן זיצן שטיל ביים שיעור; דארפסט נישט געבן קיין לאנגע שיעורים, קענסט אנהויבן מיט קליינע שיעורים, אבער אין די פאר מינוט מוזן זיי זיצן שטיל מיט דרך ארץ.


האב נישט מורא צו זיין שטרענג; קינדער און בחורים האבן ליב א שטרענגע סדר, אפילו דערוואקסענע מענטשן גלייכן צו זיין אין א פלאץ וואו מען פארלאנגט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.

#4 - זאל איך זאגן פאר מיין מאן וואס עס שטערט מיר?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, קאמפיוטער, מאוויס, מורה דרך, אידישע שטוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע עצות, חיזוק און הדרכה אין לעבן, ס׳געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין צו פירן א אידישע שטוב און עס מאכט ליכטיג מיין לעבן. איך וויל זיך באזונדער באדאנקען פאר די בריוו אין עצתו אמונה, דאס איז מיין וועג ווייזער, איך פריי מיך מיט דעם, איך דאנק דעם אייבערשטן מיט דעם, און אויך וויין איך אין דעם. יעדע בריוו רעדט פונקט צו מיר און ווייזט מיר ווי אזוי צו לעבן א גוטע לעבן מיט'ן אייבערשטן.


דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער צום צווייטן, ארויסזאגן זאכן וואס עס שטערט, האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס גייט אויך אויף עפעס וואס קען נעמען א לענגערע צייט צו טוישן צום ביישפיל קוקן מאוויס און פארברענגן זייער אסאך צייט אויפ'ן טאבלעט? איך וויל אזוי שטארק האבן אן ערליכער מאן און אן ערליכע שטוב, מעג איך אים זאגן אז עס מאכט מיר זייער טרויעריג ווען איך זע אים פארנומען מיט אזעלכע נארישקייטן?


איך בעט אן א שיעור תפילות אויף דעם, און איך פלאן נישט אויפצוהערן, איך פיל אזוי שלעכט פאר אים אז ער איז אנגעטשעפעט אין דעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א פרוי, מיט אביסל חכמה - קען איבערדרייען איר מאן ער זאל ווערן א גרויסער צדיק.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת, וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ, אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו א צדיקת און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, נאך לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן זיי זיך ג'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


אז מען וויל זאגן מוסר - מוז דאס זיין מיט ליבשאפט. דער רבי האט אונז אנטפלעקט וואס געשעט ווען מען זאגט מוסר אן ליבשאפט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "כְּשֶׁהַמּוֹכִיחַ אֵינוֹ רָאוּי לְהוֹכִיחַ", ווען מען זאגט מוסר איז דאס זייער איינגעשטעלט, ווייל אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר, "אֲזַי לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ, אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר מען טוט גארנישט אויף מיט די מוסר, נאר מען מאכט גאר ערגער, מען מאכט א שלעכטע גערוך, "כְּמוֹ כְּשֶׁמֻּנָּח אֵיזֶה דָּבָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ רֵיחַ שֶׁאֵינוֹ טוֹב, כָּל זְמַן שֶׁאֵין מְזִיזִין אוֹתוֹ הַדָּבָר, אֵין מַרְגִּישִׁין הָרֵיחַ רַע", אזוי ווי עס ליגט א זאך וואס האט נישט קיין גוטע גערוך, ווילאנג מען לאזט דאס שטיין, מען רוקט דאס נישט - שפירט מען נישט די שלעכטע גערוך, "אֲבָל כְּשֶׁמַּתְחִילִין לְהָזִיז אוֹתוֹ הַדָּבָר אֲזַי מְעוֹרְרִין הָרֵיחַ רַע", אבער ווען מען הייבט דאס אן רירן הייבט מען אן שפירן די שלעכטע גערוך, "כְּמוֹ כֵן עַל יְדֵי תּוֹכָחָה שֶׁל מִי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְהוֹכִיחַ, עַל יְדֵי זֶה מְזִיזִין וּמְעוֹרְרִין הָרֵיחַ רַע שֶׁל הַמַּעֲשִׂים רָעִים וּמִדּוֹת רָעוֹת שֶׁל הָאֲנָשִׁים שֶׁמּוֹכִיחָם, וְעַל כֵּן הוּא מַבְאִישׁ רֵיחָם", אזוי אויך, ווער עס ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר, ווען ער הייבט אן מוסר'ן - מאכט ער א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן וועם ער מוסר'ט, "וְעַל יְדֵי זֶה הוּא מַחֲלִישׁ אֶת הַנְּשָׁמוֹת שֶׁלָּהֶם וְעַל יְדֵי זֶה נִפְסָק הַשֶּׁפַע מִכָּל הָעוֹלָמוֹת הַתְּלוּיִים בְּאֵלּוּ הַנְּשָׁמוֹת", ער מאכט חרוב די מענטשן, ער נעמט אוועק פון זיי אלע גוטע זאכן.


דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען זאגט מוסר; נאר דער וואס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו - דער מעג זאגן מוסר. דער רבי זאגט, משה רבינו ווען ער איז אראפ פון הימל און געזען ווי די אידן האבן געמאכט די עגל האט ער זיי געזאגט: "דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, דער אייבערשטער ווארט איר זאלט תשובה טון".


שטעלט אייך פאר, מען שטייט ביים בארג סיני, מען האלט אינמיטן קבלת התורה, משה רבינו זאגט פאר די אידן: "איך גיי ארויף אין הימל פאר פערציג טעג, ווארטס אויף מיר דא", און די ערב רב זענען געקומען און איבערגערעדט די אידן זיי זאלן מאכן אן עגל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא כי תשא, סימן כ) די אידן האבן עובר געווען אויף די דריי הארבסטע עבירות; משה רבינו קומט אראפ פון הימל און זעט וואס דא גייט פאר, זאגט ער פאר די אידן (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים א, יב): "נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ, וְלֹא כְּתִיב הִסְרִיחַ"; נאר אזוי קען מען זאגן מוסר.


נישט נאר איר מעגט זיין אפן מיט אייער מאן, נאר איר זאלט זיין אפן; איר מעגט אים זאגן פון צייט צו צייט אז עס שטערט אייך צו האבן די זאכן אין שטוב, אבער דאס וועט נאר אויפטון אויב ער וועט שפירן אז איר האט אים נאכאלץ ליב, נאר אזוי וועט עס אויפטון.


איר וועט רעדן מיט אים שיין, ווייך, מיט הארץ, אז איר ווילט האבן א שיינע שטוב, א אידישע שטוב, נישט א אידישיסטישע שטוב; אז מען עסט שבת קוגל מיט געפילטע פיש - האט מען נאכנישט קיין אידישע שטוב, אז מען עסט ליל שישי טשאלנט און מען זינגט אידישע ניגונים - נישט דאס איז א היימישע שטוב, אויב מען וויל האבן הצלחה מיט די קינדער דארף מען האבן א רב וועם מען הערט אויס, וועם מען פאלגט; מען דארף האבן אן ערליכער איד ער זאל אויסשטעלן די שטוב, וואס ברענגט מען יא אריין אין שטוב און וואס ברענגט מען נישט אריין, וואס איז א סכנה און וואס איז א מנהג וכו' וכו'; נאר אזוי ציט זיך ערליכע דורות.


פאר זעכציג יאר צוריק האבן די צדיקים געשטורעמט מען זאל נישט אריינברענגען אין שטוב קיין טעלעוויזשן, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו מיט נאך צדיקים האט געליארעמט און געפייערט מען זאל נישט האבן אין שטוב די זאכן, דעמאלט זענען אויך געווען מענטשן וואס האבן זיך געהאלטן קלוג, זיי האבן געזאגט 'מיר זענען חסידי'שע אידן, מיר עסן קוגל מיט געפילטע פיש, מיר עסן קרויט מיט קרעפלעך וכו' וכו', טעלעוויזשן איז נישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט עס'; למעשה יעצט ווען עס זענען אריבער זעכציג יאר, זעט מען וואס איז מיט זייערע דורות; וואו זענען זיי? מען קען טרעפן געציילטע אייניקלעך וואס גייען זונטאג נאכמיטאג פאר א שעה אין א אידישע סקול וואו מען לערנט אויס וואס מיינט א מנורה וכו', און די אנדערע משפחות וואס האבן נישט געוויסט צופיל חכמות, זיי האבן געהערט צדיקים זאגן מען זאל נישט אריינברענגען אין שטוב די זאכן, זיי האבן זיך געשטעלט אויף דעם - זיי האבן קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך ערליכע אידן.


איר מעגט רעדן און איר זאלט רעדן מיט אייער מאן; אז איר וועט רעדן שיין, ווייך, מיט הארץ - וועט ער אייך אויסהערן. ער וויל דאך אויך זיין גוט, עס איז אים נאר שווער, ער איז צוגעקלעבט צו די זאכן וכו' וכו'.


דער עיקר זאלט איר נישט אפלאזן תפילה והתבודדות; ווען איר זענט אליינס אין שטוב זאלט איר זיך אויסשמועסן אייער הארץ מיט'ן אייבערשטן, אים בעטן איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און קינד'ס קינדער.


ווען אידישע מאמעס וואלטן געוויסט וואס זייערע תפילות צום אייבערשטן טוט אויף, וואלטן זיי נישט אפגעלאזט די זאך פון בעטן; תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - וואו איז מיין שורש נשמה?
מורה דרך, צדיקים, נשמה, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליובאוויטשע שטוב, מיין עלטערן געהערן קיין חב"ד, אבער זיי גייען אויך צו א חשובער משפיע פונעם היינטיגן דור. עטליכע יאר צוריק האב איך זיך באקענט מיט ברסלב, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן פון מוהרא"ש דורכ'ן ספר "אש קודש", איך האב געליינט די מעשיות דארט און איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפון.


איך האב געהאט דעמאלט א שטיקל "מופת", ווייל איך האב געליינט דארט איבער פילע מופתים פון מוהרא"ש, און איך האב אנגעהויבן טראכטן איז דען מופתים דאס עס מאכט א צדיק, און פונקט דעמאלט האב איך געגעבן א מיש אויף צו די הקדמה, און דער מחבר שרייבט דארט, "זיכער איז נישט די מופתים וואס מאכן איינעם פאר א צדיק, נאר דאס וואס ער איז מקרב אידן צום אייבערשטן", און דאס איז מיר געווען א שטארקע חיזוק. שפעטער האב איך געלערנט נאך פילע ספרים פון מוהרא"ש און דאס האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן.


יעצט בין איך אבער זייער צעמישט וואס מיין שורש נשמה איז, איך שפיר אז ס'איז אין ברסלב, און ברוך ה' אז מיין עלטערן פארשטייען דאס און שעצן דאס, פון דעסט וועגן בין איך אבער אויפגעוואקסן אין ליובאוויטש, און אויך האב איך זייער ליב דעם משפיע צו וועמען מיינע עלטערן גייען. איך וויל וויסן מיט א קלארקייט ווער מיין רבי איז, וואס מיין שורש נשמה איז, ווי אזוי קען איך וויסן אויב עס איז אין ברסלב, חב"ד, אדער ביי דעם חשובן משפיע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן וואו צו גיין און פון וועם צו מקבל זיין הדרכה אין לעבן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט; "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי מיינט מיט דעם משל בעיקר דאס נאכלויפן א צווייטן; עס זענען דא וואס לויפן נאך אנדערע, מען לויפט צו משפיעים, צו רבי'ס - און מען ווערט אפגענארט, עס גייט אריבער דאס לעבן מיט גארנישט.


איין עצה איז דא: 'אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען צום אמת'; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה, דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי ערקלערט מען פאר קינדער אז מיר פירן זיך אנדערש פון די קרובים?
חינוך הילדים, קאמפיוטער, מורה דרך, משפחה, סמארטפאון, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען זיך זייער מחזק מיט די בריוו פון "עצתו אמונה", א גרויסן יישר כח.


מיר האבן געוואלט פרעגן א זאך וואס שטערט אונז זייער שטארק. אין אונזער משפחה איז דא פילע פעטערס און קאזינס ארום און ארום וואס זיי אלע דרייען זיך מיט סמארטפאונס, האבן קאמפיוטערס אין שטוב, און אזוי ווייטער. זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זאגן אז די ערוואקסענע דארפן זיך אביסל אויסלופטערן, און די קינדער טאר מען נישט האלטן אזוי פארמאכט.


מיר זענען זייער קעגן דעם, מיר האבן נישט די אלע זאכן, מיר ווילן נישט ווייזן קיין ווידיאס פאר די קינדער. אבער די קינדער טרעפן זיך אסאך מיט די קרובים, און זיי ווילן אויך זען וואס די אנדערע זעען.


ווי אזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר די קינדער אז מיר זענען אנדערש פון זיי? זיי גייען דאך אנגעטון פונקט ווי אונז, און ווי אזוי קענען די קינדער פארשטיין אז מיר גייען אויף אן אנדערן וועג?


פארשטייט זיך אז מיר זענען אסאך מתפלל פאר די הצלחה פון די קינדער ברוחניות ובגשמיות, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז אלעס פועל'ט מען נאר מיט תפלה, אבער מיר דארפן אויך אן עצה אויף למעשה ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין דעם ענין, און ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, י"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל זענען די עלטערן וואס געבן אכטונג אויף זייער שטוב, אויף זייערע קינדער; זיי זאלן אויפוואקסן אפגעהיטן און ריין.


זייער גוט טוט איר אז איר שטייט ווייט פון טעלעפאון און קאמפיוטער אז די קינדער זאלן וואקסן ערליך און ריין; איר וועט האבן נחת און שניידן שיינע פירות.


בנוגע וואס צו זאגן פאר די קינדער ווען זיי זעען ביי משפחה אז זיי האבן טעלעפאונס, קאמפיוטערס וכו' וכו'; וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען? די שאלה איז א כלליות'דיגע שאלה, עס איז נישט נאר ביי טעלעפאונס, עס איז ביי אלעס, ביי זייער אסאך משפחות צעטיילט זיך די משפחה, א טייל זענען זייער איידל און אפגעהיטן און א טייל זענען מער צעפלויגן און פראסט וכו'; שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען פאר די קינדער ווען זיי פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט גיין אנגעטון נאר אזוי און אזוי, און די אנדערע טייל פון די משפחה גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן?' אדער קען מען הערן קינדער פרעגן 'פארוואס טארן מיר נישט עסן ביי די פלאץ, בשעת אונזערע פעטערס און מומעס מיט זייערע משפחות עסן יא דארט?' זייער אסאך מאל איז עס גאר נאנטע משפחה און עס איז אזעלכע זאכן וואס מען קען נישט ווייזן קלאר פאר די קינדער אז די אנדערע טוען קעגן די תורה, שטעלט זיך די פראגע, וואס זאגט מען? וואס ענטפערט מען?


דאס בעסטע איז אז מען רעדט צו די קינדער שטענדיג פון האבן א מורה דרך אין לעבן; פון האבן א רב, אן ערליכער איד, וואס ער לערנט אונז ווי אזוי מען זאל זיך פירן - אזוי פירן מיר זיך און היות אונזער רב זאגט מיר זאלן נישט האבן קיין טעלעפאון און קאמפיוטער אין שטוב - פאלגן מיר וואס אונזער רב זאגט, קען זיין אז די איבריגע משפחה האבן אנדערע שיטות, אנדערע וועגן וכו'. אונזער רב זאגט מיר זאלן גיין אנגעטון אזוי און אזוי, אונזער מורה דרך לערנט אונז מיר זאלן עסן נאר די הכשר וכו', וכו'.


לייגט אריין אין די קינדער זיי זאלן ליב האבן ערליכע אידן, ארויפקוקן ערליכע אידן; זיי זאלן וויסן אז מען דארף האבן אן ערליכער איד וואס פירט דער לעבן. חזר'ט מיט זיי אז א איד קען נישט טון וואס מען וויל, א איד האט די תורה, מען דארף גיין אין די וועג פון די תורה און אין יעדן דור מאכן זיך נייע שאלות און נייע ספיקות, דארף מען האבן ערליכע אידן תלמידי חכמים יראי השם וואס זיי ווייזן אונז וואס דער וועג פון תורה איז.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו תלמידי חכמים יראי השם, וועלן זיי וואקסן ערליכע אידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו האבן איידעמער תלמידי חכמים, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", און ווער עס האט מורא פון תלמידי חכמים, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָא מֵרַבָּנָן", וועט אליינס ווערן אן ערליכער איד; חס וחלילה אוועק מאכן ערליכע אידן, חס וחלילה שפעטן פון תלמידי חכמים, די אלע וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, שפעטן פון ערליכע אידן - וועלן זייערע קינדער אוועקגיין פון אידישקייט.


ווען מען פארענטפערט אזעלכע פראגעס דארף מען בעיקר רעדן פון זיך, נישט אוועק מאכן אנדערע; דאס הייסט, דער עיקר זאל מען רעדן פון האבן א רב, א מורה דרך וואס ער ווייזט אונז ווי אזוי מיר זאלן לעבן. וואס ווייניגער רעדן קעגן די איבריגע משפחה, מען קען רעדן קעגן דעם פראבלעם, דאס שעדליכקייט פונעם פראבלעם, אבער נישט אוועק מאכן די משפחה.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יוגנט אז 'מיר האבן א וועג ווייזער' - ווערן זיי קלאר, זיי ווערן נישט צומישט ווען זיי זעען אנדערע גייען אין אנדערע וועגן. דאס האט דער הייליגער תנא רבי אליעזר געזאגט פאר זיינע תלמידים איידער ער איז נסתלק געווארן (ברכות כח:), ווען זיי האבן אים געבעטן: "רֶבִּי, לַמְּדֵנוּ אָרְחוֹת חַיִּים", רבי, איידער דער רבי גייט אוועק פון אונז זאל אונז דער רבי זאגן ווי אזוי זאלן מיר זיך פירן, האט ער זיי געזאגט אפאר וויכטיגע זאכן, איינע פון די זאכן האט ער זיי געזאגט: "וְהוֹשִׁיבוּם בֵּין בִּרְכֵּי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", איר זאלט נעמען אייערע קינדער זיי זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, לערנען די וועג פון די תורה, אזוי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.