תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר ממש געגעבן דעם שכל אין לעבן ווי אזוי צו האנדלען מיט זיך אליין, מיט די ווייב און קינדער, און מיט אלעס אין לעבן.
דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער פאר די ווייב און קינדער, מ'דארף זיין מקרב זיין און מאכן גוט פילן שטענדיג. איך בין נישט אויפגעוואקסן אזוי, און איך ווייס פשוט נישט ווי אזוי מ'טוט דאס, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר אויסלערנען, געבן דוגמאות, ווי אזוי מ'געבט ליבשאפט פאר א מענטש, ווי אזוי איז מען מקרב די קינדער און די ווייב אז זיי זאלן זיך שפירן געשמאק צו זיין אינדערהיים.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת לא.) עס איז געקומען א גוי צום הייליגן תנא הלל הזקן אז ער וויל זיך מגייר זיין בתנאי אויב ער קען אים אויסלערנען די גאנצע תורה ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס, האט אים הלל הזקן געזאגט די פאר ווערטער: "דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר - זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר, "זוֹ הִיא כָּל הַתּוֹרָה כּוּלָהּ"; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי מען געבט ליבשאפט אין שטוב פאר די ווייב און קינדער, זאלסטו שטענדיג טראכטן: 'דְּעַלָּךְ סָנֵי - לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד, וואס דו ווילסט נישט מען זאל טון פאר דיר, זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר'; ווי אזוי וואלסטו געוואלט מען זאל רעדן צו דיר? מען זאל זיך פירן מיט דיר? אזוי זאלסטו רעדן צו זיי.
אז דו ווילסט אויפבויען דיין שלום בית, דו ווילסט זיין א גוטער מאן און א גוטער טאטע, זאלסטו בעיקר אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב. געב א קוק וואס דער תורה לערנט אונז, ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו געבן די תורה פאר די אידן האט דער אייבערשטער אים געזאגט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס מיינט מען די מענער; ביי די פרויען שטייט א לשון: "תֹאמַר", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (מכילתא דבחודש, סימן ב; שבת פז.): "בַּאֲמִירָה רַכָּה", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל רעדן צו זיי מיט א ווייכע שפראך, און פאר די מענער זאל ער זאגן: "'וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל' - עוֹנְשִׁים וְדִקְדוּקִין פָּרֵשׁ לִזְכָרִים, דְבָרִים הֲקָשִׁין כְּגִידִין"; זעט מען פון דעם אז מען דארף רעדן אין שטוב ווייכע דיבורים.
בעט דעם אייבערשטער די תפילה וואס דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט מתקן געווען (תפילה קודם התפילה), וואו ער בעט אין די תפילה: "'וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ', הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו א צווייטן, העלף מיר איך זאל רעדן צו מיין ווייב איידל און שיין", אויך זאלסטו נישט זיין קיין קארגער אויף גוטע ווערטער, גוטע ווערטער איז קיינמאל נישט גענוג, וויפיל מען געבט קען מען אלץ מוסיף זיין נאך גוטע ווערטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.