תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'לערנט אויס קינדער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן, אין די צייט וואס פון נאטור אויס וועלן די קינדער זיך פארלאזן אויף זייערע עלטערן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווי אזוי מען איז מחנך קינדער אזוי וואקסן זיי אויף; אז מען רעדט צו זיי אסאך פונעם אייבערשטן וועלן זיי אויפוואקסן מיט אמונה. קינדער וואס הערן טאג און נאכט פון די עלטערן און מחנכים: "דער אייבערשטער וועט העלפן", "מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף", "בעט דעם אייבערשטן", "יישר כח אייבערשטער", - וועלן אויפוואקסן גרויסע צדיקים.
קינדער כאפן זיך מער צו ווען מען רעדט צו זיי דיבורי אמונה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", אבער וויבאלד מען האט געזינדיגט איז די שכינה אוועק געגאנגען; וואס איז דאס 'שכינה'? ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס איז דער אייבערשטער און עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן; וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאר א לבוש פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז דאך מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, נאר ער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר; אזוי אויך ווייסט ער אז דער אייבערשטער געפינט זיך מיט אים, ביי אים און נעבן אים, דאס מיינט 'השראת השכינה' - די שכינה רוט ביי אים. דעמאלט הייבט דער מענטש אן רעדן צום אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטער און ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ מיט אים אזוי ווי ער וואלט גערעדט מיט זיין נאנטער חבר.
אבער ווען א מענטש זינדיגט רחמנא לצלן גייט אריין אין אים חכמות, שטותים און דמיונות, כאילו דער אייבערשטער האט איבער געלאזט די וועלט וכו'; מען איז צעבראכן און צעריסן און מען גייט ארום מיט קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן רחמנא לצלן. דעריבער קינדער וואס זענען נאך ריין טוען די מצוות מיט א מורא'דיגע אמת בתמימות ובפשיטות, צו זיי קען מען רעדן ריינע אמונה ווערטער אן קיין דריידלעך.
זאלסטו זען צו רעדן מיט דיינע קינדער מעשיות פון תפילה און מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי כסדר ווי אזוי דער אייבערשטער העלפט ווען מען דאוונט און מען בעט אים, זאלן זיי הערן ווי די הייליגע צדיקים האבן זוכה געווען צו ווערן אזוי הייליג און גרויס דורך רעדן אסאך צום אייבערשטן, דורכדעם וועט אין זיי אריין גיין א פייער פון קדושה.
קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, דאס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת השם יתברך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויף געפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו וועלן ווערן אן ערליכער איד, נאכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.