שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי איז מען מתפלל ביי קברי צדיקים?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי אי"ה היינט קיין קרית יואל; און אז איך בין שוין דארט, וויל איך ארויפגיין צום ציון פון סאטמאר רבי זי"ע.


איך האב אבער א פראבלעם, איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך פון דאווענען ביי א ציון פון א צדיק, איך ווייס אז עס איז א הייליגע פלאץ, אבער איך געדענק עפעס וואס מיין טאטע פלעגט זאגן אז עס איז ווי עבודה זרה צו דאווענען צו א טויטע מענטש, עס קען זיין אז איך האב נישט גוט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט.


וואס בעט מען? צו וועם בעט מען? ווי אזוי בעט מען? איך בין זייער צעמישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים איז נישט קיין נייע זאך, עס שטייט אין די תורה, ווען משה רבינו האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל און ער האט געבענטשט זיין תלמיד יהושע בן נון ער זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט מיט די מרגלים רעדן קעגן ארץ ישראל - האט כלב בן יפונה זיך זייער דערשראקן אז ער האט נישט באקומען די ברכה, זאגט די תורה ער איז שנעל געלאפן צו די מערת המכפלה מתפלל זיין ער זאל נישט ווערן קיין אפיקורס, נישט קריגן אויף משה רבינו (סוטה לד:).


אויך זעען מיר, דער זוהר הקדוש דערציילט (פרשת אחרי, דף עא:), רבי ייסא האט געפרעגט רבי חזקיה: ווי מעג מען גיין צו קברים מתפלל זיין, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים יח, יא): "וְדוֹרֵשׁ אֶל הַמֵּתִים", מען טאר נישט בעטן פון די טויטע! האט אים רבי חזקיה געענטפערט: " עַד כָּאן לָא חֲמֵיתָא גַּדְפָּא דְּצִפָּרָא דְּעֵדֶן", איך זע דו האסט נישט זוכה געווען צו לערנען ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, וואלסטו געלערנט ביי רבי שמעון וואלסטו נישט געפרעגט די קשיא, ווייל רבי שמעון האט אונז געלערנט פשט אין פסוק: "וְדוֹרֵשׁ אֶל הַמֵּתִים", דאס מיינט מען נישט צדיקים, "אֶל הַמֵּתִים דַּיְיקָא", דאס מיינט מען די עכטע טויטע, "דְּאִינּוּן חַיָּיבֵי עָלְמָא", דאס מיינט מען די רשעים, "דְּאִינּוּן מֵעַמִּין עוֹבְדֵי עֲבוֹדָה זָרָה", די וואס האבן געדינט עבודה זרה, "דְּאִשְׁתְּכָחוּ תָּדִיר מֵתִים", וואס ביים לעבן זענען זיי שוין געווען טויט. "אֲבָל יִשְׂרָאֵל דְּאִינּוּן זַכָּאֵי קְשׁוֹט", אבער גיין צו קברי ישראל, הייליגע אידישע קינדער – "שְׁלֹמֹה קְרָא עָלַיְיהוּ", אויף זיי זאגט שוין שלמה המלך (קהלת ד, ב): "וְשַׁבֵּחַ אֲנִי אֶת הַמֵּתִים שֶׁכְּבָר מֵתוּ", איך טו אויסלויבן די צדיקים, "בְּזִמְנָא אָחֳרָא", וואס האבן זיך ממית געווען בתורה, זיי האבן זיך גע'הרג'עט פארן אייבערשטן, "וְלָא הַשְׁתָּא", נישט יעצט זענען זיי טויט, "שֶׁכְּבָר מֵתוּ", ביים לעבן זענען זיי געווען טויט, דורך זיך אפרייסן פון די וועלט, "וְהַשְׁתָּא אִינּוּן חַיִּין", יעצט לעבן זיי נאך; זאגט דער זוהר דארט, אז מען גייט צו קברי צדיקים קען מען זען גרויסע ישועות, ווייל "צַדִּיקָא, אַף עַל גַּב דְּאִתְפְּטָר מֵהַאי עָלְמָא", די צדיקים אפילו נאך זייער הסתלקות, נאכן אוועק גיין פון די וועלט, "לָא אִסְתַּלָּק", גייען זיי נישט אוועק פון אונז, "וְלָא אִתְאֲבִיד מְכֻּלְּהוּ עָלְמִין", און זיי ווערן נישט פארלוירן אזוי ווי די אנדערע, "דְּהָא בְּכֻלְּהוּ עָלְמִין אִשְׁתְּכַח יַתִּיר מֵחַיּיוֹי", נאר זיי זענען מער דא מיט אונז יעצט ווי זענען געווען ביים לעבן.


וואויל איז דעם וואס גייט צו קברי צדיקים, און איז דארט מתפלל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אז מען בעט דעם אייבערשטן ביי קברי צדיקים, אפילו דער וואס איז נישט ווערד מען זאל אננעמען זיינע תפילות, דארט ביי קברי צדיקים נעמט מען אן די תפילות.


ווי אזוי צו בעטן - דאס האט מיט יעדן איינעם באזונדער; עס זענען דא וואס בעטן ביים ציון דעם אייבערשטן בזכות דער צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן פארן אייבערשטן און פאר אידישע קינדער זאל קומען צו מיר א ישועה, און עס זענען דא וואס בעטן דעם צדיק אליינס, וואס איז נכלל אינעם אייבערשטן.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.