שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי פירט מען זיך אינעם טאג וואס מ'ווערט בר מצוה?
סיפורי צדיקים, הדרכות, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך גיי ברוך ה' בר מצוה ווערן בקרוב, איך וויל וויסן וואס מ'האט זיך געפירט ביי אנשי שלומינו צו טון אין דעם הייליגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ג), ווען ער האט בר מצוה געהאט איז געקומען דער הייליגער צדיק רבי משה חיים אפרים פון סידילקוב זכותו יגן עלינו - בעל מחבר ספר דגל מחנה אפרים, ער איז געווען דעם רבינ'ס פעטער. ער האט געבענטשט דעם רבי'ן און אים געזאגט דעם פסוק (תהלים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דאס גייט ארויף אויפ'ן טאג וואס מען ווערט בר מצוה.


אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף צח.): "הַהוּא דְּזָכֵי לִתְלֵיסַר שְׁנִין וּלְהָלְאָה, אִקְרֵי 'בֵּן' לִכְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל", פון ווען מען ווערט דרייצן יאר ווערט מען אנגערופן א קינד פונעם אייבערשטן, "כַּד מָטָה דָּוִד לִתְלֵיסַר שְׁנִין, וְזָכָה בְּהַהוּא יוֹמָא דְּעָאל לְאַרְבֵּיסָר", ווען דוד המלך איז אלט געווארן דרייצן יאר האט ער געזאגט דעם פסוק "ה' אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה, אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", דער אייבערשטער זאגט מיר, מיין קינד היינט האב איך דיר געבוירן, "מַאי טַעְמָא", וואס איז דער טעם אז עס ווערט גערעכנט ווי מען ווערט געבוירן ביי די דרייצן יאר? "דְּהָא מִקַּדְמָת דְּנָא לָא הֲוָה לֵיהּ בְּרָא, וְלָא שָׁרָאת עָלֵיהּ נִשְׁמְתָא עִלָּאָה, דְּהָא בִּשְׁנֵי עָרְלָה הֲוָה", ווייל פאר די דרייצן יאר האט ער נישט געהאט קיין הייליגע נשמה, פאר די דרייצן יאר ווערט גערעכנט אזוי ווי ערלה, "וּבְגִין כָּךְ אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ, הַיּוֹם וַדַּאי יְלִדְתִּיךָ", דערפאר ווערט גערעכנט ווי מען ווערט דעמאלט געבוירן.


דער רבי האט שפעטער דערציילט אז די ווערטער וואס זיין גרויסער פעטער, דער הייליגער דגל מחנה אפרים זכותו יגן עלינו האט אים דעמאלט געזאגט איז ביי אים געווען אזוי טייער, ממש ווי איינער טרעפט א גרויסער אוצר; ער האט געהאט פון די ווערטער גרויס חיזוק, ער האט פארשטאנען אז עס איז א גוטע צייט אנצוהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן; אז דער אייבערשטער זאגט דעם בר מצוה בחור: "איך האב דיר היינט געבוירן, דו ביסט מיין קינד".


מוהרא"ש האט דערציילט (רגעי מוהרא"ש, סעיף קטן י) אז פאר זיין בר מצוה האט אים זיין מאמע עליה השלום גענומען צום הייליגן בעלזער רב זכותו יגן עלינו נעמען א ברכה, ער האט געבענטשט מוהרא"ש און אים אנגעזאגט דריי זאכן: א - ער זאל נישט רעדן מיט די תפילין; ב - ער זאל זיך נישט ארום דרייען ביים דאווענען; ג - ער זאל זייער אכטונג געבן אויף א גוף נקי (ער האט אים געזאגט בזה הלשון: "ווען מען רייניגט זיך דארף מען נוצן אסאך פאפיר"; ער האט איבער געזאגט אפאר מאל "אסאך פאפיר"), און ער האט אויסגעפירט: "אויב דו וועסט דאס מקיים זיין וועסטו אויסוואקסן א גדול בישראל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד, זאלסט זיין דבוק אין צדיקים דיין גאנץ לעבן.