תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין נישט גענוג שטארק אין זיך צו קובע זיין א צייט פאר התבודדות; איך רעד אסאך צום אייבערשטן דא א מינוט און דארט אפאר מינוט, אבער נישט באופן קבוע. דער ראש ישיבה שליט"א איז אזויפיל מחזק אויף דעם, ווי אזוי קען איך עס פועל'ן ביי מיר?
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט מיט מיר און מיט מיינע דורות און אלעס.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אויף דעם אליין דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן, אז מען זאל קענען פאלגן דעם רבי'ן און יעדן טאג זיך קובע זיין א צייט צו קענען זיך מתבודד זיין.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן כה): "וְגַם יוּכַל לַעֲשׂוֹת לוֹ שִׂיחָה וּתְפִלָּה מִזֶּה בְּעַצְמוֹ", מען קען מאכן א שמועס מיטן אייבערשטן פון דעם אליין, "וְעַל זֶה בְּעַצְמוֹ יִצְעֹק וְיִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁנִּתְרַחֵק כָּל כָּךְ", און אויף דעם אליין זאל ער שרייען און זיך בעטן ביים אייבערשטן אז ער איז אזוי דערווייטערט פונעם אייבערשטן, "עַד שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל אֲפִלּוּ לְדַבֵּר", אז ער קען נישט רעדן צו אים, "וִיבַקֵּשׁ מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים שֶׁיַּחֲמֹל עָלָיו וְיִפְתַּח פִּיו", און ער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים ער זאל קענען עפענען די מויל, "שֶׁיּוּכַל לְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו", און זיך קענען אויסשמועסן דאס הארץ מיט אים, "וְדַע", און וויסן זאלסטו, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים מְפֻרְסָמִים סִפְּרוּ", זייער אסאך גרויסע צדיקים האבן דערציילט, "שֶׁלֹּא בָּאוּ לְמַדְרֵגָתָם, רַק עַל יְדֵי הַנְהָגָה זוֹ", אז זיי זענען נישט געקומען צו זייערע גרויסע מדריגות נאר דורך התבודדות, דורך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.
עס איז אינטערעסאנט אז די שטיקל ליקוטי מוהר"ן וואו דער רבי זאגט מען זאל זיך מאכן פון דעם אליין א תפילה, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אים קענען בעטן, די זעלבע ווערטער געפינען מיר פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו אין פרשת וארא (דבור המתחיל וידבר משה כו'). ער זאגט, דער אריז"ל זאגט אז אין מצרים איז געווען דער דיבור אין גלות און ביי די גאולה איז געווארן פה סח, פרעגט ער, ווי קען זיין אז די דיבור איז געווען אין גלות, די תורה זאגט דאך אז די אידן האבן געשריגן צום אייבערשטן, זאגט ער אז בעצם איז דער דיבור געווען אין גלות, זיי האבן אבער געשריגן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם געב מיר דיבורים, געב מיר ווערטער איך זאל קענען רעדן צו דיר", ממש די זעלבע ווערטער פון הייליגן רבי'ן.
ביי די מינוטן וואס עס גייט דיר יא דאס רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו בעיקר בעטן אויף דעם פרט, אז דו זאלסט זיך קענען קובע זיין א צייט יעדן טאג. ווי דער רבי זאגט, אז מען זאל זיך באשטימען א שעה צו רעדן צום אייבערשטן, בעט עס דעם איבערשטן ביז דו וועסט אנקומען צו דעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.