לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע שרייבן אביסל התחזקות אויף שמירת עינים און שמירת המחשבה, יעדן טאג איז ביי מיר א פרישע מלחמה איבער דעם, און עס איז מיר אזוי שווער.
איך בין נאר פופצן יאר אלט, איך ווייס אז דער אייבערשטער קען אלעס מאכן, אבער בדרך הטבע זע איך נישט אז איך זאל חתונה האבן פאר אין ווייניגסטנס דריי יאר ארום, און דער געדאנק אז איך גיי זיך דארפן ווייטער שלאגן הענט און פיס מיט'ן יצר הרע פאר נאך אזא לאנגע צייט, טאג איין טאג אויס, מאכט מיר שפירן גאר צעבראכן און צעמישט.
אן די עצה פון התבודדות ווייס איך נישט וואס איך וואלט געטון, איך האלט אין איין אראפפאלן, איך שפיר אזוי סאך התרחקות אן קיין שיעור, און איך ווייס נישט וואס צו טון.
א גרויסן יישר כח פאר די חיזוק שיעורים, און אפשר קען איך בעטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל רעדן מער פון שמירת עינים און שמירת המחשבה ביי די שיעורים.
יישר כח
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ערשטנס זאלסטו וויסן אז דו ביסט זייער באליבט ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט וואס טוט זיך אין הארץ, ער זעט דיין שווערע מלחמה; ווי דו שלאגסט זיך פאר דיין לעבן נישט צו נכשל ווערן אין עבירות חס ושלום, און אז עכט ווילסטו זיין ריין און הייליג; דער אייבערשטער זעט די באהאלטענע ווילן פון אידישע קינדער, ווי עכט וויל מען זיין גוט, און דאס בעטן מיר ביי תיקון חצות: "אַתָּה יוֹדֵעַ רָזֵי עוֹלָם, וְתַעֲלוּמוֹת סִתְרֵי כָּל חָי, אַתָּה חוֹפֵשׂ כָּל חַדְרֵי בָטֶן, רוֹאֶה כְלָיוֹת וְלֵב, אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּךָּ, וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ, רבונו של עולם דו זעסט דאך מיין הארץ ווי שטארק איך וויל זיין גוט, בעט איך דיר, יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון וכו'".
ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער לאז זיך נישט פונעם שטן, געדענק, די עיקר מלחמה איז דאס נישט אויפגעבן, ווייל דער יצר הרע וויל נאר דו זאלסט זיך אונטערגעבן, ער וויל דיך מאכן שפירן ווי דו ביסט א פארלוירענער, א פארפאלענער, און נאר צוליב דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות, צו קענען אויפווייזן אז מען איז דערנאך און דער מענטש זאל אויפגעבן, מען זאל שוין נישט וועלן זיין גוט, אבער געדענק, דער רבי שטייט אנטקעגן די טומאה און שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען", אפילו מען האט געזינדיגט, אפילו מען איז געפאלן - קען מען תשובה טון, מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
די ערשטע זאך אין וואס דו זאלסט זיין זייער שטארק - איז התבודדות; רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, גיס זיך אויס דיין צעבראכן הארץ, זאג פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס טו איך? איך בין אריין אין א זומפ און איך ווייס נישט די וועג ארויס, איך פאל אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין אזוי פארשמירט אין די עבירה, איך קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, איך ווער פלוצלונג משוגע, איך פארליר מיין שכל, איך פאל אראפ אין די פגם, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון די בלאטע", אזוי זאלסטו בעטן און לייג צו דיינע אייגענע תפילות.
לאז זיך נישט נאך, טראכט נישט די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע רעדט דיר איין, אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט שוין נישט האבן קיין תשובה; ענדערש הער אויס דעם רבי'ן וואס זאגט דיר: "דו וועסט נאך זיין א צדיק, דו קענסט נאך פאררעכטן; טו תשובה און קער זיך צוריק צום אייבערשטן".
ליבער ברודער גלייב אז דו קענסט פאררעכטן, די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב), דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ, וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט קעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.
אויך זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין לערנען משניות און גמרא בדרך גירסא, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "בָּנַי", מיינע קינדער, "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "בָּרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב אבער באשאפן די תורה, וואס איז א רפואה פארן יצר הרע, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה, אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט אנקומען צו דעם יצר הרע'ס הענט, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", און אויב לערנט איר נישט קיין תורה וועט איר זיין אונטער אים (קידושין ל.).
אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, דו האלסט אין איין פוגם זיין - זאלסטו אנהייבן לערנען תורה, און בדרך כלל ווער עס פאלט אין די עבירה פארלירט די ריכוז, מען קען זיך נישט אזוי גוט קאנצענטרירן, מען פאלט ארויס פון פארשטיין א סוגיא וכו', און צו די אלע קומט דער רבי מיט א וואונדערליכע וועג פון קענען צוריק באקומען די מוחין, דורך אסאך זאגן די ווערטער פון תורה, און אז מען זאגט אסאך די ווערטער פון תורה - איז מען זוכה צוריק באקומען די מוחין, מען איז זוכה צו קענען פארשטיין און שפירן די זיסקייט פון די תורה, וואס נאר דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון דעם יצר הרע וואס וויל אונז אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶּה", אויב דער מנוול, דער יצר הרע - האט דיך אנגעטראפן און דו ווילסט פטור ווערן פון אים, "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמֶּדְרָשׁ", גיי אין בית המדרש דאווענען און לערנען; וועסטו פטור ווערן פון אים.
עס איז ערב שבת, איך דארף מקצר זיין.
א כתיבה וחתימה טובה.