תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין מאן איז ברוך ה' א תלמיד חכם און ער לערנט פלייסיג, אויך טוט ער אסאך חסד און העלפט ארויס אנדערע מענטשן, אזוי ווי ער איז אבער נישט אזא מסודר'דיגער מענטש, קען אויסקומען אז ער בלייבט פארנומען מיט זיינע עסקנות ביז שפעט אין די נעכט, איך בין אבער ברוך ה' זייער צופרידן מיט אים.
איין זאך וואס טוט מיר אבער וויי איז דאס וואס ער איז נישט מקפיד צו דאווענען אינדערפרי פאר חצות מיט מנין, ער קען אויפשטיין שפעט, און נאך ענטפערן עטליכע טעלעפאן רופן, וואס קען זיך אריינציען ביז נאך חצות. אויך ביי מנחה מעריב שטרענגט ער זיך נישט אן צו דאווענען מיט מנין, כאטש וואס רוב מאל קומט אים יא אויס צו דאווענען מנחה מעריב מיט מנין, ווען עס מאכט זיך אבער אז ער ווערט פארנומען, וועט ער נישט ארויסגיין פון זיין וועג צו דאווענען מיט מנין.
איך ווייס אז דאס האט גארנישט מיט מיר, עס איז נישט מיין אחריות אז ער זאל דאווענען מיט מנין און עס דארף מיר בכלל נישט שטערן, וואס קען איך אבער טון אז עס באדערט מיר יא? און עס נעמט אוועק די רעספעקט וואס איך האב צו אים, און למעשה טוט מיר עס זייער וויי, סך הכל וויל איך האבן א מאן א ירא שמים, און ווי אזוי קען איך אים מכבד זיין און ארויפקוקן ווען זיין דאווענען זעט אזוי אויס? לעצטנס האב איך באמערקט ווי ער האט געגעסן א שטיקל קעיק מיט זיין קאווע פאר'ן דאווענען, דאס האט מיר זייער וויי געטון, דאס מאכט אז איך זאל אים נישט קענען ארויפקוקן.
איך וויל נאכאמאל באטאנען אז איך ווייס אז דאס האט נישט מיט מיר, עס איז נישט מיין עבירה און נישט מיין אחריות, אבער נאכאלץ וויל איך שפירן פרייליך און צופרידן מיט מיין מאן, איך וויל אים באמת קענען ארויפקוקן און מכבד זיין אויך אין מיין הארץ.
יישר כח פאר'ן ליינען מיין בריוו, איך קוק ארויס אויף אן ענטפער און הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי דער סמ"ך מ"ם האט געטראפן א וועג צו צעברעכן אייער שטוב? איר זעט נישט מיט אייערע אויגן ווי איר ווערט פארנארט אין זיין נעץ? איר זאגט אליינס אז דאס מאכט איר זאלט אראפקוקן אויף אים און עס נעמט אוועק די ליבשאפט צווישן ענק.
וויסן זאלט איר, אזוי ווי ביימער און גראז קענען נישט וואקסן נאר אז מען באוואסערט זיי, אזוי קען א מענטש נישט וואקסן נאר אז מען האלט פון אים, און ביז וויפיל מען האלט אז ער קען אנקומען - ביז אהין קען ער אנקומען; ביי קינדער איז דאס געוואנדן לויט די עלטערן און לויט זיין מלמד, און שפעטער נאך די חתונה איז דאס געוואנדן אין די ווייב; אז די ווייב שעצט אים - קען ער וואקסן, און אז אין איר הארץ האלט זי נישט פון אים - קען ער נישט וואקסן, און אזוי דערציילן אונז די הייליגע חכמים (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, און דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי; אויב די פרוי קוקט גוט אויף איר מאן - ווערט ער א צדיק, און אז די פרוי האלט נישט פונעם מאן - זי קוקט אים אראפ - פאלט ער נעבעך אראפ.
זוכט אין אייער מאן נאר דאס גוטס, א פרוי האט די כוחות צו זען נאר דאס גוטס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט א ספעציעלע שכל און פארשטאנד צו קענען טרעפן דאס גוטס אינעם מאן און אין די קינדער, און אז זי ניצט דאס אויס איז זי זוכה צו בויען איר שטוב, עס ווערט מקוים ביי איר (משלי לא, ל-לא): "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל, תְּנוּ לָהּ מִפְּרִי יָדֶיהָ וִיהַלְלוּהָ בַשְּׁעָרִים מַעֲשֶׂיהָ".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.