תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט א גרויסן דאנק פון די אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע שיעורים.
איך האב א פראבלעם, אפשר וועט איר מיר קענען העלפן. יעדן אינדערפרי ווען איך מאך גרייט די קינדער צו קענען כאפן די באס צו גיין אין חדר און אין שולע, ווערט זייער אנגעצויגן דער מצב ביי מיר אין שטוב. איך שריי אסאך און איך רעג זיך אויף די קינדער, דערנאך פיל איך אזוי שלעכט אז איך האב אזויפיל געשריגן און זיך גערעגט אויף זיי, און איך ווער ממש שוואך פון דעם.
אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה וואס צו טון? א גרויסן יישר כח פאר'ן נעמען די כח און צייט צו ענטפערן.
א אידישע מאמע
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר שרייבט אז צופרי קומט אייך אן זייער שווער מיט די קינדער.
איך וועל אייך שרייבן א גוטע עצה אויף דעם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר מיר אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר – הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבער צו געבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם צי איך האב גוט געטון און אז אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט. ווייל אז איך האב זיך איבער געגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט.
אז מען נעמט אן דעם הייליגן רבינ'ס עצות איז דער לעבן אסאך גרינגער; ווען מען הייבט אן דעם טאג מיט תפילה, מען בעט דעם אייבערשטן אז די טאג זאל זיין מיט הצלחה און מען געבט זיך איבער צו אים, איז אלעס גרינגער.
אז איר שרייבט אז יעדן אינדערפרי ווערט איר איבער געשטרענגט מיט די קינדער וכו' ווען איר דארפט זיי גרייט מאכן צו גיין אין חדר און אין שולע; איר שרייט אויף זיי און נאכדעם טוט אייך וויי פארוואס איר האסט אויף זיי געשריגן וכו', פראבירט צו טון די עצה וואס דער רבי האט געטון.
יעדן אינדערפרי ווען איר שטייט אויף, זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אים בעטן אויפן טאג אז איר זאלסט זיין א גוטע מאמע, א רואיגע מאמע, א פרייליכע מאמע. אלעס ווענדט זיך אין די מאמע; ווען די מאמע איז פרייליך זענען די קינדער פרייליך און ווען די מאמע איז אנגעצויגן, זעט מען עס גלייך אן אויף די קינדער. א מאמע האט אויף זיך א גרויסע אחריות און אלעס ווענדט זיך אין איר, דערפאר בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף שמחה.
איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן: "רבונו של עולם העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. איך זאל רעדן שיין צו זיי, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער. הייליגע באשעפער, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן פאלגן וואס מען זאגט זיי, זיי זאלן מיר נישט אויפרעגן, און אויב זיי פאלגן נישט אויף די סקונדע זאל איך מיר נישט פארלירן. איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגע באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך זענען די קינדער רואיג און צופרידן.
הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך. רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, דער לעבן איז מיר נישט ווערט נאר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן. איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט, מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעס שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים", די פאר שורות דאס איז נאר א וועג צו ווייזן ווי אזוי איר זאלט אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער דער עיקר איז אז איר זאלט אליינס רעדן צום אייבערשטן אין אייערע ווערטער און אים בעטן אלעס וואס איר דארפט.
ווען פרויען זאלן וויסן ווי גרויס זייער שכר איז אויף דעם וואס זיי העלפן די אינגלעך גיין אין חדר און די מיידלעך אין שולע, וואלטן זיי געווען פרייליך און לוסטיג מיט דעם וואס זיי קענען אויפשטיין אינדערפרי אנגרייטן די קינדער וכו'. די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" מיט וואס זענען פרויען זוכה צו עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גַּבְרַיְיהוּ בֵּי רַבָּנָן וְנָטְרִין לְגַבְרַיְהוּ, עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנָן", מיט דעם וואס זיי מאכן גרייט די קינדער צו גיין אין חדר און די מיידליך אין מיידל שולע, און זיי ווארטן אפ די מענער וכו' דאס איז זייער זכות וואס וועט זיי ברענגען אין עולם הבא.
נאך זאגן חז"ל (שם): "גְּדוֹלָה הַבְטָחָה שֶׁהִבְטִיחָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּ הוּא לְנָשִׁים יוֹתֵר מִן הָאֲנָשִׁים", דער אייבערשטער געבט פאר די פרויען מער שכר ווי פאר די מענער, ווייל זיי העלפן די קינדער און די מאן צו לערנען די הייליגע תורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת פון אלע אייערע קינדער.