שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך בעטן אויף עפעס וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט פאר מיר?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, ספיקות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר און פאר כלל ישראל, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האט זיך מיין לעבן ברוך ה' אינגאנצן געטוישט, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, צו בעטן אלעס דעם אייבערשטן, א גרויסן יישר כח.


איך וויל נאר פרעגן איין זאך, צומאל קען איך בעטן זייער אסאך אויף א געוויסע זאך, איך בעט און איך בעט נאכאמאל און נאכאמאל, ווי אזוי קען איך אבער וויסן אויב די זאך איז טאקע גוט פאר מיר? אפשר וועט מיר דער אייבערשטער עס טאקע געבן צום סוף, אבער די זאך איז למעשה נישט גוט פאר מיר?


לאמיר זאגן אז איך בעט אסאך אז איך וויל האבן א קאר, איך בעט פאר דעם גאר אסאך, אבער דער אייבערשטער ווייסט אז אויב וועל איך האבן א קאר וועט מען מיר עס צו'גנב'ענען, און דעריבער געבט מיר נישט נאך די תפלה, איך באקום נישט קיין קאר, אבער אזוי ווי איך בעט אזוי סאך, ווערט מיין תפלה יא געענטפערט צום סוף, און איך באקום די קאר, אבער פאקטיש איז דאס נישט גוט פאר מיר.


די זאך מאכט מיר אביסל צעמישט, ווי אזוי קען איך בעט אויף זאכן, אין די צייט וואס איך ווייס נישט אמת'דיג וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס אליינס דארף מען אויך אויסשמועסן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א געוויסע זאך - שמועסט מען דאס אויך אויס: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן די זאך, און אויב דאס איז נישט גוט פאר מיר - זאל איך דאס נישט וועלן וכו'".


מוהרא"ש דערציילט, מען האט געהערט א ברסלב'ער חסיד זיך מתבודד זיין, ער בעט דעם אייבערשטן אז ער דארף גוטע ווארעמע שטיוול. עס איז געווען פאר ווינטער, און אין אוקריינא - ווער עס איז באקאנט - איז זייער זייער קאלט, דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געהאט קיין שטיוול און אויך נישט געלט צו קויפן שטיוול, האט ער זיך מתבודד געווען, ער האט געבעטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן שטיוול, עס קומט יעצט א פראסטיגע ווינטער, איך דארף האבן שטיוול, און אויב רבונו של עולם עס איז נישט גוט פאר מיר צו האבן שטיוול - שיין אריין אין מיר אז איך זאל עס נישט דארפן, שיין אריין אין מיר איך זאל דאס נישט וועלן".


די מעלה פון התבודדות איז אז מען רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, מען שמועסט מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטן. דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין געקומען צום רבי'ן און פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר וכו' וכו', האט מיר דער רבי געזאגט: 'נתן, קום אביסל שפאצירן', און אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט'".


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער: 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינט', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבערגיין אויף מיר, וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


וואויל איז דעם וואס שמועסט מיט'ן אייבערשטן און דערציילט אים אלעס, וועט ער זוכה זיין צו אלע מדריגות.


א כתיבה וחתימה טובה.