שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך האבן א בעסערע באציאונג מיט מיינע עלטערן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם א דאנק פון די געוואלדיגע חיזוק דרשות, וואס העלפן מיר אזויפיל ארויס אין לעבן.


איך וויל וויסן וואס איך קען טון צו האבן א בעסערע און גרינגערע באציאונג מיט מיינע עלטערן, איך שפיר זיך עפעס זייער בצמצום ביי מיינע עלטערן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?


א גרויסן יישר כח, שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז עלטערן זענען נישט קיין חברים און מען קען זיך נישט אומגיין מיט עלטערן מיט גרינגשעצונג; עלטערן דארף מען מכבד זיין און מען דארף מעסטן די ווערטער ווען מען רעדט צו זיי.


מיר דארפן מכבד זיין די עלטערן נישט ווייל מען פארשטייט דאס מיטן שכל נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי באפוילן (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", נישט ווייל די שכל זאגט אזוי.


אויך קינדער וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אין שטוב דורכאויס זייערע יונגע יארן אדער קינדער וואס די עלטערן האבן זיי נישט געגעבן זייערע געברויכן, דארפן מכבד זיין די עלטערן. אזוי אויך אויב מען האט עלטערן וואס זענען קפדנים וואס קריגן זיך מיט יעדעם, עלטערן וואס זענען שווערע מענטשן וכו' וכו' דארף מען זייער אכטנג געבן אויף זייער כבוד. מיר געפונען אין חז"ל (קידושין ל:): "הִשְׁוָה הַכָּתוּב כְּבוֹד אָב וָאֵם לִכְבוֹד הַמָּקוֹם", דער אייבערשטער האט צוגעגליכנט זיין כבוד צו די כבוד פון עלטערן.


מוהרא"ש פלעגט זייער פיל רעדן און מעורר זיין איבער די מצוה פון כיבוד אב ואם, ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אויף עלטערן; מוהרא"ש האט אונז אמאל דערציילט א מורא'דיגע מעשה אויף דעם, עס איז געקומען א פרוי מיט איר זון צום גרויסן צדיק רבי ישראל אבוחצירא זכותו יגן עלינו (מען האט אים גערופן 'באבא סאלי'), זי האט געוויינט צו אים: "מיין זון מאכט מיר אן צרות אין שטוב; ער שרייט אויף מיר, ער שלאגט מיר, איך האלט מער נישט אויס פון אים", האט דער הייליגער בבא סאלי זי"ע אנגעהויבן צו וויינען: "איי איי איי, ווען איך וואלט ווען געהאט א מאמע, וואס אין די וואלט איך דען נישט געטון פאר איר? איך וואלט געגאנגען שפאצירן מיט איר, איך וואלט געגאנגען איינקויפן פאר איר וואס זי דארף, איך וואלט איר מכבד געווען", אזוי האט ער געוויינט א לאנגע צייט, ער האט געוויינט מיט אזא תמימות ופשיטות אז דאס האט געמאכט א מורא'דיגע רושם אויף דעם בחור ביז ער האט אנגעהויבן מיט צו וויינען מיט אים, און ער האט צוגעזאגט אז ער גייט זיך אכטונג געבן מער נישט צו מצער זיין זיין מאמע'ן.


ווען מען הערט די מעשה דארפן מיר אלע מיט וויינען און זיך פרעגן: 'ווי אזוי פירן מיר זיך אויף צו אונזערע עלטערן?' און זיך פארנעמען אז מיר וועלן אכטונג געבן אויף אונזערע עלטערן זיי מכבד צו זיין און רעדן צו זיי שיינערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.