תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א בחור פון ירושלים עיה"ק, איך וואלגער זיך ארום פון איין ישיבה צום צווייטן, אין שיעור א' בין איך געווען אין איין ישיבה, אין שיעור ב' אין א צווייטע ישיבה, און יעצט אין א דריטע ישיבה, און איך שפיר אז מיר גייט עס נישט.
איך האב נישט קיין חשק צו לערנען, קיין חשק צו דאווענען און תפלין לייגן, און בכלל האב איך נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך אין לעבן. ווען איך וויל שוין גיין רעדן אביסל צום אייבערשטן, שפיר איך ווייטער אז דער אייבערשטער וויל מיר פשוט נישט אויסהערן.
ס'איז נישט אז איך בין א ליידיג גייער און איך האלט ביי גארנישט, ווייל באמת ציט מיר מיין הארץ זייער שטארק צו וועלן זיין גוט, צו וועלן זיין ערליך, צו האבן עפעס א תכלית אין לעבן, אבער עס גייט מיר נישט. איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט איך בין אויסגעקליבן געווארן צו זיין דער לא יצלח, צו זיין דער וואס טויג צו גארנישט, וואס מוז נאכלויפן די ווינט, דער וואס מוז קוקן כל דבר אסור.
איך גלייב אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר האבן וואס צו זאגן, עפעס אן עצה און א וועג ווי אזוי אויך איך זאל קענען מצליח זיין אין לעבן.
א גרויסן יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דו ווילסט מצליח זיין און אויסנוצן דיינע יונגע יארן ווי עס דארף צו זיין זאלסטו אננעמען דעם הייליג'ן רבינ'ס "סדר דרך הלימוד". דער וואס לערנט אויפן 'סדר דרך הלימוד' פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ווערט מיט די צייט מיושב; מען איז זוכה צו ווערן א רואיגער מענטש, מען שפירט א טעם אין לעבן און מען שפירט שוין נישט ווי דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן, מען הייבט אן שפירן ווי מען איז יא ווערד.
דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לימוד משניות; משניות וועט דיר אויסרייניגן און דו וועסט שוין נישט שפירן ביי זיך אז דו ביסט גארנישט ווערד. "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש און מאכט אים ריין. אזוי אויך האט משניות א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי (תהילים ל, ד), איז די ראשי תיבות: 'מִשְׁנָה', משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.
פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט יעדן טאג ח"י פרקים משניות מאכט דאס לויטער דעם מענטש און עס געבט אים צוריק דעם מח. ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ווערט אים אויסגעריסן זיין מח-מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, דעריבער אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטריקנט וכו', און אז מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארע מח.
אויך זאלסטו זאגן אסאך דפים גמרא יעדן טאג; ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, זיי ווערן כעפרא בעלמא.
אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו וועסטו שפירן חשוב ביי דיר.