תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים און חיזוק וואס האבן מיר געטוישט דאס לעבן צום גוטן. איך ארבעט א גאנצן טאג, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז איך קען אויך טרעפן צייט צו לערנען, אבער זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, איך בין מעביר סדרה יעדן טאג, איך לערן יעדן טאג די "בית נצחי", און נאך שיעורים, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן.
אויך מיין ווייב הערט די שיעורים און דערקוויקט זיך דערמיט, און אזוי איז אונזער גאנצע שטוב געווארן פרייליך און געשמאק, אונזער גאנצער לעבן איז געווארן א תוכנ'דיגע ערליכע געשמאקע לעבן, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם.
יעצט צו מיין שאלה, איך ארבעט אין א גרויסע מוסד פון נישט געזונטע קינדער ל"ע, איך מאך ב"ה שיין פרנסה, אבער איך דארף זיך אסאך דרייען אין די בנינים און אין די קלאסן, און ס'קומט אויס אז איך דארף אסאך רעדן מיט פרעמדע פרויען וועמען איך סערוויר ביי די ארבעט. כאטש וואס אין מיין אפיס זיצן נאר מענער, איז אבער אין די אנדערע אפיסעס דארט אויך דא פרויען, און בכלל דרייען זיך דארט אסאך פרויען. אלע פרויען זענען נאר פרומע און היימישע, מ'רעדט נישט ח"ו קיין איבריגע ווערטער, אבער למעשה שפיר איך אז מיין שמירת עינים איז נישט גוט ביי די ארבעט, און דאס שטערט מיר זייער.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר עצה'ן וואס צו טון, פון איין זייט איז דאס א גוט באצאלטע פרנסה, פון די אנדערע זייט ווייס איך אבער נישט אויב דאס איז א כשר'ע פרנסה ווייל איך פאל דארט אין שמירת עינים.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן צו היטן דיינע אויגן; אז מען היט די אויגן איז דא א ברכה אין די ארבעט און אין די געלט, אבער אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף פרויען רחמנא לצלן דעמאלט איז נישט דא קיין ברכה אין די געלט, וויפיל מען פארדינט האט מען נישט גענוג וכו'. מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן – מען קוקט נישט קיין עבירות, "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.
שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע וואס וויל מיר אויסרייסן פון די וועלט און פון יענע וועלט; רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט פוגם זיין מיט די אויגן, איך זאל שטענדיג נאר זען אלוקית אין יעדע זאך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און אין מיר", אזוי זאלסטו בעטן שטענדיג דעם אייבערשטן וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בשפע.
אז דו וועסט היטן די אויגן, און ווען עס קומט דיר אויס צו רעדן ביי די ארבעט מיט פרויען וועסטו זיך היטן וכו' - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח, ווייל ווען מען היט נישט די אויגן קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפ'ן מענטש; דאס ברענגט ארימקייט, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.