תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבער נישט שלאגן קינדער, אבער פון צווייטע זייט זעט מען אין די גמרא (בכורות מ"ו.) אז ס'איז געווען א מלמד וואס פלעגט שלאגן די קינדער גאר שטארק, ביז צום טויט, און דערפאר האט אים רב אחא אוועקגענומען די מלמדות, אבער רבינא האט אים צוריק געשטעלט ווייל ס'איז נישט געווען א צווייטער מלמד וואס זאל אזוי גוט לערנען מיט די קינדער. דאס הייסט אז אפילו ער האט ממש גע'רצח'ט די קינדער, האט מען אים געלאזט דארטן זיין מלמד, ווייל ער האט גוט געלערענט מיט זיי. און אין רמב"ם און אין שלחן ערוך ווערט אויך גע'פסק'נט אז מען מעג שלאגן א תלמיד, פארשטייט זיך נישט אזוי שטארק ווי די מעשה אין די גמרא.
קען מען דען אויסרייסן אן הלכה און זאגן אז מ'טאר אינגאנצן נישט שלאגן א קינד אדער א תלמיד וואס פירט זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו זיין?
דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען אסאך נחת פון אלע תלמידים און פון די גרויסע שווערע הייליגע עבודת הקודש.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו פרעגסט זייער גוט, ווי קען מען זאגן 'נישט שלאגן קינדער' ווען שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ", דער וואס נעמט אוועק דעם שטעקן פון זיין זון, "שׂוֹנֵא בְנוֹ", דער האט פיינט זיין זון, "וְאֹהֲבוֹ", און דער וואס ליבט זיין זון, "שִׁחֲרוֹ מוּסָר", געבט אים שטענדיג מוסר; פרעגן די הייליגע חכמים (ילקוט משלי, רמז תתקנ; מדרש משלי, יג): איז דען דא א טאטע וואס זאל פיינט האבן זיין קינד? "אֶלָּא מִתּוֹךְ שֶׁאֵין מוֹכִיחוֹ עַל הַתּוֹרָה וְהַחָכְמָה וְדֶרֶךְ אֶרֶץ, עָתִיד לִשְׂנֹאתוֹ", נאר אז מען מוסר'ט נישט דאס קינד וועט ער נישט לערנען, נישט דאווענען און נישט האבן קיין גוטע מידות, וועט ער אים ביים סוף פיינט האבן, "אֲבָל אִם מוֹכִיחוֹ", אבער דער טאטע וואס מוסר'ט יא, "נַעֲשֶׂה אֹהֲבוֹ", וועט ביים סוף ליב האבן זיינע קינדער, אזוי ווי עס שטייט: "וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר"; איז דאך געדרינגען אז מען דארף יא לכאורה שלאגן קינדער!
די קשיא האט מען אמאל געפרעגט דעם הייליגן רבי נתן; עס שטייט דאך קלאר (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ", דער וואס נעמט אוועק זיין שטעקן, "שׂוֹנֵא בְנוֹ", וועט פיינט האבן זיין זון, ווייל אז ער שטראפט אים נישט - וועט ער ארויסגיין לתרבות רעה! האט רבי נתן געענטפערט: "עס שטייט נישט אין פסוק 'מען זאל שלאגן', עס שטייט 'מען זאל האבן א שטעקן'; מען זאל ווייזן דעם שטעקן פאר'ן קינד וועט ער שוין פון דעם זיך טוישן צום גוט'ן, מען דארף נישט דעם שטעקן צו שלאגן, עס איז גענוג דאס ווייזן ער זאל מורא האבן און גיין אויפ'ן גוט'ן וועג".
חס ושלום צו זאגן אז מען רייסט אויס אן הלכה; אדרבה, נעם די מי און קוק ווי אזוי מען פסק'נט, עס איז אן הלכה מפורשת (שלחן ערוך הרב יורה דעה, הלכות תלמוד תורה פרק א, סעיף יג): "תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ רוֹצֶה לִקְרוֹת", א קינד וואס וויל נישט לערנען, "לֹא יַכֶּה אוֹתוֹ הַמְּלַמֵּד מַכַּת אַכְזָרִי", זאל דער מלמד אים נישט שלאגן מערדערליכע קלעפ, "לְפִיכָךְ לֹא יַכֵּהוּ בְּשׁוֹטִים וְלֹא בְּמַקֵּל", דעריבער טאר א מלמד נישט שלאגן מיט קיין שטעקן, "אֶלָּא בִּרְצוּעָה קְטַנָּה", נאר מיט א קליינע שיך בענדל, "אִם קוֹרֵא, קוֹרֵא", אויב וועט ער לערנען וועט ער לערנען, "וְאִם אֵינוֹ קוֹרֵא בְּהַכָּאָה זוֹ", און אויב וועט ער נאכאלץ נישט וועלן לערנען, "יִהְיֶה יוֹשֵׁב כָּךְ עִם חֲבֵרָיו, לִהְיוֹת לָהֶם לְחֶבְרָה", זאל ער אים לאזן זיצן מיט די חברים, "וְסוֹפוֹ אֶפְשָׁר יִתֵּן לִבּוֹ", און שפעטער וועט ער זיך אפשר מיטכאפן מיט זיי.
איז דאך קלאר די הלכה אז מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער, נאר מיט א בענדל זיי אויפוועקן זיי זאלן מיט האלטן; פארקערט, מען טאר נישט שלאגן; די הלכה איז (שם): "וּמְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת הַחוֹבֵט יוֹתֵר מִדַּאי", א מלמד וואס שלאגט מער וויפיל ער מעג, "מַעֲבִירִין אוֹתוֹ", מאכט מען אים אויס מלמד, "וְהוּא עוֹבֵר בְּלֹא תַעֲשֶֹה כִּי מֵאַחֵר שֶׁמַּכֶּה שֶׁלֹּא בִּרְשׁוּת הֲרֵי זֶה כְּמַכֶּה אֶחָד מִשְּׁאָר יִשְׂרָאֵל", ער איז עובר אויף א לאו, עס איז אזוי ווי ער שלאגט א צווייטן איד.
דער מציאות איז אז די אלע וואס שלאגן און פאטשן - דאס קומט פון ווייניג געדולד אדער פון נישט זיין איבערגעטראכט צוליב אנגעצויגנקייט. אין די פעלער וואס מען דארף שוין יא געבן א פעטשל פאר א קינד, ווען ער פירט זיך מיט חוצפה אדער ווען ער טוט סכנה'דיגע זאכן, דארף דאס זיין זייער איבערגעטראכט. מיט גרויס ישוב הדעת, אן קיין פארלוירנקייט. ווען מען שלאגט פון פארלוירנקייט אדער פון כעס - איז דאס בכלל נישט קיין חינוך; אפילו מען רעדט זיך איין בשעת מעשה אז דאס איז חינוך, דארף מען וויסן אז דאס איז נישט קיין חינוך, נאר די כעס און די נערוון רעדן איין דעם מענטש 'יעצט דארף מען שלאגן', 'יעצט דארף מען פראסקענען'.
עלטערן און מלמדים וואס ווילן מצליח זיין מיט די קינדער, מיט די תלמידים - דארפן גיסן טרערן טאג און נאכט, זיך בעטן ביים אייבערשטן אז די קינדער זאלן זיין ערליך, די קינדער זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים, גיין אין די וועגן פון צדיקים.
מוהרא"ש האט דערציילט אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און ער האט אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.