תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב איך געוואלט באדאנקען פאר'ן ליינען מיינע שאלות און צוריק שרייבן א תשובה, איך בין די מיידל וואס האט געפרעגט וואס צו טון אז איך וויל דוקא א חסידישע ברסלב'ע שידוך, און אזוי ווי איך קום פון א ליטווישע שטוב איז עס שווער פאר מיינע עלטערן צו פארשטיין, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געענטפערט אז מ'דארף קוקן נאר אויב דער בחור האט גוטע מדות און יראת שמים, ס'מאכט נישט קיין חילוק וואו דער בחור באלאנגט, וויל איך יעצט אביסל בעסער מסביר זיין פארוואס איך דארף דוקא אזא סארט שידוך.
ביי אונז אין שטוב באלאנגט מען נישט אין ערגעץ, מ'רעדט אויף אלע קרייזן אויף דער וועלט, עס איז נישטא קיין שום ווארעמקייט און פרייליכקייט סיי אין עבודת ה' און סיי סתם אין לעבן, די איינציגסטע זאך וואס ס'איז דא ביי אונז אין נאר חומרות, מ'וועט עובר זיין אויף דאורייתא'ס, פארשעמען מענטשן און צעשטערן די שלום בית, בלויז צוליב א ווייטע חומרא, און בכלל גייט אלעס צו מיט קולות און קלעפ.
אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און פארשטייט זיך אז מיין לעבן איז געווען ביטער און פינסטער, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין לעבן, ובפרט ווען איך האב אנגעהויבן ווערן עלטער און עלטער און נישט געטראפן מיין שידוך, בין איך געווארן גאר שטארק דעפרעסט און דערביטערט.
איך בין געגאנגען צו א טעראפיסט זי זאל מיר העלפן, זי האט אבער בכלל נישט גערעדט צו די זאך, זי האט מיר גארנישט געקענט העלפן, און אזוי איז מיין מצב געווארן נאך ערגער, איך בין געווארן נאך מער דעפרעסט. ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און איך האב געטראפן אייערע שיעורים און חיזוק, דאס האט מיר ממש אויפגעלעבט, איך בין געווארן ממש א נייע מענטש, איך האב אנגעהויבן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות, און דאס האט ממש געראטעוועט מיין לעבן.
איך שפיר אז אויב וויל מען זיין געזונט און פריילעך און דינען דעם אייבערשטן מיט געשמאק, מוז מען האבן דעם רבינ'ס עצות, נאר אזוי קען מען אנגיין. ממילא ווען עס קומט אויפצושטעלן א אידישע שטוב, וויל איך זייער שטארק האבן א מאן וואס איז אויך א ברסלב'ער, ער לעבט אויך מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך וויל אז מיינע קינדער זאל אויך באקומען אזא חינוך. איך בין בכלל נישט אינטערעסירט חתונה צו האבן מיט א קאלטער בחור, און צוריקפאלן צו מיינע ביטערע צייטן, און פארביטערן דאס לעבן פון מיינע קינדער.
איך וויל וויסן וואס איך קען יא טון צו באקומען א ברסלב'ע שידוך, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס שנעלער.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, ער וועט אייך העלפן איר זאלט טרעפן אייער שידוך און אויפשטעלן א שיינע ווארעמע אידישע שטוב.
בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר ווילט און וואס איר דארפט; זאגטס פאר'ן אייבערשטן דעם גאנצן בריוו, זאגטס פאר'ן אייבערשטן די גאנצע מעשה, וואו איר זענט אויפגעוואקסן, ווי מען מאכט חוזק פון אלעס, מען לאכט פון יעדן און מען קריגט זיך וכו', אויך דערציילטס פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק איר ווילט אויפשטעלן א ברסלב'ע שטוב, א שטוב וואס וועט זיך פירן מיט'ן רבינ'ס עצות און אז אייערע עלטערן ווילן נישט וכו' וכו', וועט דער אייבערשטער אייך העלפן.
תפילה איז זייער שטארק, זייער גרויס און העכער פון אלעס, מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס באקומען, אפילו טוישן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות חיתון, סימן ט): "עַל יְדֵי תְּפִלָה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִכְרָז בַּשָׁמַיִם", מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, מען קען אפילו טוישן א שידוך וואס מען האט שוין אויסגערופן אין הימל.
עקשנ'ט זיך ביים אייבערשטן, וועט איר באקומען וואס איר דארפט.