שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיין צופרידן פון מיין ווייב?
שלום בית, קדושה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער די זאך פון רעדן צום אייבערשטן האב איך יא אביסל, נאך אלס קינד פלעגט מיין שוועסטער זאגן אז איר לערערין זאגט אז מ'קען רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אין אנהויב האב איך געלאכט דערפון, אבער שפעטער האט עס מיר יא געכאפט, איך האב געשפירט אז איך האב אלעמאל אן אוזן קושבת, דער אייבערשטער איז גרייט מיר אויסצוהערן אלעמאל, אפילו ווען מענטשן פארשטייען מיר נישט.


מיין שאלה איז אזוי, איך האב ברוך ה' פיין חתונה געהאט, איך האב א גוטע און וואוילע ווייב, אבער מיר קומען פון פרומע משפחות, און איך שפיר אז זי איז נישט גענוג אהערגעשטעלט פאר מיר, און איך האב אסאך פראבלעמען אין שמירת עינים, וואס שטערט מיר אסאך אין לעבן.


ווען איך האב זיך אויסגערעדט פאר חברים, האבן זיי מיר גע'עצה'ט זיך צו גט'ן, איך וויל אבער נישט, איך בין זייער צופרידן מיט איר, נאר עס שטערט מיט די פרומע וועג ווי אזוי זיך גייט אנגעטון. וואס איז יא די עצה? ווי אזוי קען איך מאכן אז איך זאל באמת זיין צופרידן אין שטוב, און נישט זוכן קיין גליקן אינדרויסן?


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף די פילע עצות און חיזוק וואס איך האב שוין באקומען פון אייך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל וואס איך גיי דיר זאגן, אויב איינער דארף זיך פאררעכטן - איז דאס נישט דיין ווייב; אז דו ביסט נישט צופרידן, דו ביסט נישט זאט אין לעבן - האט דאס נישט מיט איר, דו ביסט דער פראבלעם, אז דו ווילסט זיך שפירן צופרידן און גליקליך - ליגט דאס אין דיינע הענט. זיין א צופרידענער מענטש האט מיט זיך אליינס; די וואס טראכטן: 'אויב מיין ווייב וועט זיין אזוי און אזוי, זי וועט זיך אנטון אזוי און אזוי - וועל איך זיין גליקליך און צופרידן', אזוי אויך די פרויען וואס טראכטן: 'ווען מיין מאן וועט זיין אזוי און אזוי, וועל איך זיין א גליקליכע' - די זענען זיך טועה, ווייל זיין פרייליך, גליקליך און צופרידן - דאס האט מיט זיך אליינס.


ווי אזוי ווערט מען א צופרידענער מענטש? ווען א מענטש געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ער איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן - דעמאלט הייבט מען אן שפירן א צופרידנקייט אין לעבן, מען ווערט אזוי פרייליך, מען שפירט זיך זייער גליקליך.


וואס איז ביטול? ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? ווען מען ווייסט און געדענקט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, גארנישט איז א פערצופאל, נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה און קיין מזל, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז א לבוש, א פארשטעלאכטץ פונעם אייבערשטן; מיין ווייב, מיין מאן, מיינע קינדער, מיין פרנסה, מיין הויז, מיין קאר, מיין טאטע, מיין מאמע, מיינע שוועריקייטן, מיינע איבערגייאכטץ, מיין אלעס וואס איך האב און וואס איך גיי אריבער - איז דער אייבערשטער, ווען מען נעמט דאס גוט אריין אין זיך, ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן, דאס איז ביטול; דעמאלט איז מען צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א וואוילע ווייב און א גוטע ווייב, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו: "זי איז וואויל, זי איז גוט", - דארפסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וואס דארף מען מער פון גוט און וואויל? עפעס אנדערש איז נאר דמיונות. מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי מני האט זיך באקלאגט פאר רבי יצחק בן אלישיב: "לֹא מִיקַּבְּלֵי עֲלֵי אִינְשֵׁי בֵּיתִי", איך האב נישט קיין געפיל צו מיין ווייב, זי איז נישט שיין פאר מיר, האט רבי יצחק מתפלל געווען פאר איר זי זאל שיין ווערן און עס איז געשען א נס אז זי איז שיין געווארן. נאכדעם איז ער געקומען וויינען צו רבי יצחק און געזאגט: "קָא מִגַּנְדְּרָא עֲלֵי", פון ווען זי איז שיין געווארן גרויסט זי זיך אויף מיר, זי איז מזלזל אין מיר, האט רבי יצחק געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל אוועק גיין דאס שיינקייט פון איר כדי זי זאל נישט טשעפען איר מאן און זי איז צוריק געווארן ווי פריער, אים איז ענדערש געווען א פשוט'ע פרוי וואס איז נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו' אבער זי האט הכנעה; זי גרויסט זיך נישט, זי איז געטריי, זי איז גרייט פאר אים, זי קוקט ארויף אויף אים - ווי איידער האבן א פרוי וואס גרויסט זיך און טרעט אויף אים.


אסאך אינגעלייט ווי דיר האבן די פייגלעך אין קאפ, זיי פייניגן זיך מיט דער געדאנק: 'איך וויל מיין ווייב זאל גיין אנגעטון אזוי', 'איך וויל א ווייב אזוי', זיי שלאגן זיך אין קאפ מיט מחשבות: 'ווען זי וואלט ווען געווען אזוי וואלט איך געווען פרייליך', 'ווען זי וואלט זיך געטוישט וואלט איך געהאט שמירת עיניים'; דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נישט דער מענטש זאל זיין ערליך, הייליג און ריין; ער ברענגט די סארט מחשבות פון נישט זיין צופרידן פון די ווייב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין פרייליך, בעט דעם אייבערשטן אויף אמונה, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך רוען די שכינה ביי אונז אין שטוב, געב מיר צופרידנקייט; איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן, מיט מיין ווייב און מיט אלעס וואס איך האב.


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן; איך בין אזוי פארזינקען אין טומאה, איך האב מפקיר געווען מיינע אויגן, איך קוק אויף פרעמדע פרויען; דאס מאכט איך זאל נישט ליב האבן מיין ווייב. איך בין אזוי משוגע געווארן פון קוקן אזויפיל שמוץ, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק פון די תוכחה (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", איך האב א וואוילע ווייב, אבער די עבירות מאכן איך זאל זיין אזוי פארדריידט אז איך טראכט נארישע מחשבות פון זיך גט'ן השם ישמרינו; העלף מיר טאטע, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, איך וויל היטן מיינע אויגן, אזוי וועל איך ליב האבן מיין שטוב, איך וועל ליב האבן צו זיין אינדערהיים מיט מיין משפחה, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן, איך ווייס נישט פארוואס איך וויל אלץ ארויסלויפן, איך זוך אלץ גליקן, איך רעד זיך איין אז עפעס גליק איז דא אינדרויסן"; אזוי זאלסטו וויינען צום אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע בקשות פון הארץ.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט יעדן טאג בעטן די תפילה וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אנהייבן שפירן אין שטוב א טעם גן עדן, דו וועסט נישט וועלן עפעס אנדערש ווי דיין ווייב און קינדער, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן די גאס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.