שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך אפגעוואוינען פון נייעס און פאליטיק?
שבת קודש, חינוך הילדים, היטן די צייט, תכלית, נייעס, פאליטיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס האט מיר אלעמאל שטארק געצויגן מיטצוהאלטן נייעס, ספעציעל אמעריקאנע פאליטיק, אבער ספעציעל די לעצטע פאר יאר ווען די נייעס קאכט אזוי שטארק יעדן טאג, ציעט עס מיר נאך אסאך מער.


איך קום שבת אין שול, און יעדער רעדט נאר פון די נייעס און פאליטיק, און איך ווער אויך אריינגעצויגן אין די שמועסן, איך שעם זיך אבער נאכדעם פון מיר אליין אז ס'איז שבת קודש און איך האב נישט קיין בעסערע דאגות נאר צו רעדן איבער נארישע פאליטיק.


וואס איז די עצה זיך אפצוגעוואוינען פון זיין פארנומען אזויפיל מיט'ן הערן און ליינען די נייעס, סיי אום שבת קודש, און סיי איבער די גאנצע וואך? איך ווייס אז עס פארברענט מיר אזויפיל טייערע שעות יעדן איינציגן טאג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען ווי מענטשן קאכן זיך אין פאליטיק, א טייל פרייען זיך מיט'ן געווינס פונעם נייעם פרעזידענט און א טייל בייזערן זיך; פרעג די וואס פרייען זיך: 'מיט וואס פרייסטו זיך? וואס האט דאס מיט דיר?' און פרעג די וואס בייזערן זיך אז דער פרעזידענט האט פארלוירן: 'וואס גייט דיר עס אן? וואס איז דאס נוגע פאר דיר?' קיינער פון זיי וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן, ווייל די גאנצע פאליטיק, פארוועם מען זאל שטימען, ווער עס גייט געווינען, ווער עס האט געווינען - איז איין גרויסער דמיון.


ווייניג מענטשן האבן די שכל נישט צו פארברענען די צייט פון לעבן מיט זאכן וואס געבט נישט צו פאר'ן לעבן; מיר דארפן געדענקען וואס דער רבי מאנט פון אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; ווען מען טראכט אריין זעט מען אז די טעג פונעם לעבן פליען אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה (דברי הימים-א כט, טו)", זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווילאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


מען האט אמאל געזען ווי רבי נתן רעדט דיבורי התחזקות מיט א קינד, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער פארברענגט מיט א קינד, האט רבי נתן געזאגט מיט א ניגון: "אט איז מען א אינגל, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, אט איז מען אן אלטער איד און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט - צום בית החיים"; יעדע פאר יאר קומט פרישע וואלן, מען קאכט זיך אין פאליטיק, מען כאפט נישט אז דערווייל גייען אריבער די יארן און עס בלייבט גארנישט איבער פון דעם, מען האט גארנישט פון דעם.


א רחמנות אויף די וואס קאכן זיך אין פאליטיק; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך - זאגט דער רבי - איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט, ער איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


גיי ארויס פון די דמיונות פון פאליטיק, בפרט שבת קודש; שבת איז נישט א צייט פון פאליטיק, שבת איז א טאג פון נאנט ווערן צום אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש ויקהל, רה:) "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה, נישט פאר'ן גוף, שבת איז א צייט וואס מען דארף זיך אנגרייטן ליום שכולו שבת. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א) אויפ'ן פסוק (תהלים קלט, טז): "יָמִים יֻצָּרוּ וְלוֹ אֶחָד בָּהֶם" - דאס גייט ארויף אויף שבת קודש, "אַף עַל פִּי שֶׁאַתֶּם עוֹשִׂים מְלָאכָה כָּל שִׁשָׁה יָמִים", אפילו מען ארבעט א גאנצע וואך, "יוֹם הַשַׁבָּת יַעֲשֶׁה כּוּלוּ תּוֹרָה", זאל מען שבת אויסנוצן מיט לערנען די הייליגע תורה, "מִכָּאן אָמְרוּ: לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים", דערפאר זאל א מענטש אויפשטיין שבת אינדערפרי און גיין אין שול לערנען און דאווענען, "וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת רוח נאר פון די וואס לערנען די הייליגע תורה. "מִכָּאן אָמְרוּ: שֶׁיִּקְרָא אָדָם כְּדֵי שֶׁלֹא תַּשִׂיגֶנוּ בּוּשָׁה וּכְלִימָּה בְּשָׁעָה שֶׁאוֹמְרִים לוֹ: 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ', 'עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנֶה שֶׁשָׁנִיתָ'", א מענטש זאל זען צו לערנען חומש און משניות, ווייל ווען מען קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען דעם מענטש: "הייב אן זאגן חומש וואס דו האסט געלערנט, הייב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט", ווי גרויס וועט זיין די בושה אז מען וועט בלייבן שטיין מיט אן אפענעם מויל און מען וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן.


שבת איז א צייט פון חינוך הילדים, אנשטאט שטיין אין שול רעדן מיט חברים פאליטיק - גיי אהיים מיט דיינע קינדער מאכן די סעודה. פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען קומען מלאכים און זיי באגלייטן דעם מענטש ביזן שטוב (שבת קיט:), עס איז נישט קיין כבוד צו לאזן די מלאכים ווארטן ביז מען ענדיגט שמועסן, מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'ענט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רעא, סעיף א): "כְּשֶׁיָּבֹא לְבֵיתוֹ יְמַהֵר לֶאֱכֹל מִיַּד", מען דארף גלייך אהיים גיין מאכן די סעודה; פון די אלע שמועסעלעך בלייבט גארנישט איבער, אנשטאט שמועסן אין שול פאליטיק, גיי אהיים און שמועס מיט דיין ווייב און קינדער פון די פרשה, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים און מעשיות פון תפילה.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום פאליטיק; ער לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער לעבט מיט תכלית; דער וועט זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.