שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך ארויסדרייען פון זיצן אין כולל נאך די חתונה?
לימוד התורה, היטן די צייט, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיינע דרשות וואס האט מיר ממש געראטעוועט דאס לעבן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כוחות אויף ווייטער.


איך בין א חתן וואס האלט פאר די חתונה, די שמחה איז גרויס אז איך גיי אנהויבן א נייע לעבן ווי א מענטש, אבער איין זאך קרענקט מיר, דאס איז ווען איך טראכט פון כולל. מען האט זיך אויסגענומען אז איך גיי לערנען אין כולל פאר פינף יאר, איך קען טאקע לערנען און איך האב ליב צו לערנען, איך קען גוט גרויסע חלקים אין ש"ס און אין הלכות שבת, נאכאלץ שטערט מיר זייער אז איך גיי דארפן קוועטשן די באנק אין כולל פאר אזוי לאנג, נאכדערצו ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ אז ס'קומט אויס קוים 5 טעג א חודש וואס מ'לערנט טאקע מיט א חברותא. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט דעם כולל פראבלעם.


יישר כח, שלמה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד החתן שלמה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דער רבי געבט אונז לעבן, שכל ווי אזוי צו לעבן און כח מיר זאלן זיך נישט פארלירן אין די שווערסטע צייטן.


בנוגע צי דו זאלסט לערנען אין כולל וכו'; זיי מיר מוחל אבער איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט. פון איין זייט שרייבסטו אז דו קענסט לערנען און דו האסט ליב צו לערנען, דו האסט שוין געלערנט א גרויס חלק פון ש"ס, אויך האסטו שוין דורכגעלערנט הלכות שבת, פון די אנדערע זייט שרייבסטו אז דו ווילסט נישט לערנען? דערפאר ווייס איך נישט וואס צו טראכטן.


איין זאך קען איך דיר זאגן: "גיין ליידיג טאר מען נישט"; נישט קיין חילוק צי מען האט זיך אויסגענומען צי לערנען איין טאג צי מען האט זיך אויסגענומען אז מען גייט לערנען פינף יאר. אויב איז אזוי ווי דו זאגסט - אז דו לערנסט, וואלט איך דיר געזאגט זאלסט גיין אין כולל לערנען, טראכט נישט פון דעם קומענדיגן יאר, טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפן פסוק (תהלים צה, ז): הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ – "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם, הֵן בְּעֵסֶק פַּרְנָסָה וְהִצְטָרְכוּתוֹ, צָרִיךְ שֶׁלֹּא יַחֲשֹׁב מִיּוֹם לַחֲבֵרוֹ כַּמּוּבָא בַּסְּפָרִים, וְכֵן בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ לֹא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה", ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך – 'צו קוקן נאר אויפן היינטיגן טאג'; "כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת ה' נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד, וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ", ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פארן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט, און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, "וְגַם שֶׁלֹּא יִדְחֶה אֶת עַצְמוֹ מִיּוֹם לְיוֹם לֵאמֹר מָחָר אַתְחִיל, מָחָר אֶתְפַּלֵּל בְּכַוָּנָה וּבְכֹחַ כָּרָאוּי, וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה בִּשְׁאָר הָעֲבוֹדוֹת, כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ, כִּי יוֹם הַמָּחֳרָת הוּא עוֹלָם אַחֵר לְגַמְרֵי", אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג וועט מען דאס נישט אפשטופן אויף מארגן און מען וועט נישט זאגן: "מארגן וועל איך גיין דאווענען", "מארגן וועל איך אנהייבן וכו'", ווייל איך האב דאך נאר דעם היינטיגן טאג. מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


טייערער חתן, גיי צו דיין חתונה מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, 'הַיּוֹם' דַּיְקָא", איך האב נאר איין טאג - דעם היינטיגן טאג, דורכדעם וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


אז דו האסט די מעגליכקייט צו לערנען און דו האסט ליב צו לערנען זאלסטו זיכער בלייבן לערנען; אבער אויב דו לערנסט נישט, דו קענסט טאקע לערנען און דו פארשטייסט גאר גוט לערנען אבער למעשה גייסטו ליידיג, דו זעסט זיך בטל'ן צייט, עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג, א וואך נאך א וואך אן עפענען א ספר, זאלסטו זיך גלייך טרעפן א פרנסה כדי דו זאלסט נישט אריין פאלן אין שלעכטע זאכן, ווייל גיין ליידיג איז די ערגסטע זאך. די הייליגע חכמים זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט צו עבירות און צו דעפרעשן רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.