תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך זע ווי איר מאכט כסדר שיינע תפלות אויף אידיש אין די בריוו, האב איך געוואלט בעטן אויב איר קענט אויך מאכן פאר מיר א תפלה אויף אידיש.
איך בין א אינגערמאן, און איך מוטשע זיך זייער אין קדושה, איך פאל אסאך דורך אין פגם הברית רחמנא ליצלן. דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז ער קען פארשטיין א בחור וואס פאלט דורך אבער נישט קיין אינגערמאן, דער פאקט איז אבער ביי מיר אז ווען מ'איז שוין איינגעוואוינט צו עפעס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען, און כאטש וואס איך לעב ב"ה שיין מיט מיין ווייב, אן קיין פרישות, פון דעסט וועגן איז נאכאלץ מים גנובים ימתקו. און נאכדערצו אז די וועלט איז אזוי אפן היינט, און וויפיל מ'זאל זיך דערווייטערן פון שלעכטע כלים, קען מען אלץ טרעפן א וועג זיך אנצוטרעפן מיט שלעכטע זאכן, און דורכפאלן רחמנא ליצלן.
איך הער אייערע שיעורים, איך ליין די בריוו, אבער נאכאלץ האלט איך איין פאלן. כאטש וואס איך מוז מודה זיין אז דאס פאלן איז גאר אנדערש, מ'פרובירט תשובה צו טון, מ'פרובירט זיך צוריק צו כאפן, אבער איך נאכאלץ נישט א וועג בדרך הטבע אז איך זאל אמאל נאך ארויסקריכן פון מיין שמוץ.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר שרייבן א תפלה צו זאגן יעדן טאג, אפשר וועט דאס מיר העלפן.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז ווער עס פאלט אריין אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה ווערט פשוט משוגע... די עבירה רייסט אויס דעם מענטש און עס נעמט אוועק פון אים די גאנצע שכל. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו) אז רוב משגעים ווערן משוגע פון די עבירה פון פגם הברית, אלע צרות וואס מען ליידט קומט פון חטאות נעורים, פון מוציא זיין זרע לבטלה און דאס מאכט אז דער מענטש זאל אלעס פארלירן. אבער דער רבי געבט אונז אן עצה אויף דעם (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א): "דער יצר הרע וואס מאכט משוגע דעם מענטש מיט עבירות קען מען נישט מכניע זיין נאר מיט א שטעקן וואס זעט אויס ווי א ו', דאס מיינט מען די תורה"; איז מוהרא"ש זכרונו לברכה מסביר אז דאס גייט ארויף אויף די "ו' סדרי משנה", אז מען לערנט משניות קען מען זיך רייניגן פון אלע פלעקן און צוריק באקומען דעם מח.
דעריבער ווער עס האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה דארף זאגן אסאך משניות, ביז ער וועט קענען אראפ נעמען פון זיך אלע פלעקן. משניות האט א סגולה אז עס רייניגט די נשמה און עס נעמט אראפ פון איר אלע ראסט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות אות אל"ף, סוף ענף "אפוד") אז אשר בן יעקב זיצט ביים טויער פונעם גיהנום און לאזט נישט אריין די אלע וואס האבן געלערנט אסאך משניות.
וואויל איז דעם וואס לערנט אסאך משניות; משניות ברענגט פרנסה, אזוי ווי מען זעט אז משנ"ה באטרפעט וויפיל פרנס"ה. אזוי אויך באטרעפט משנ"ה די זאלבע "נשמה", ווייל ווער עס לערנט אסאך משניות באקומט א נייע נשמה און וועט האבן פרנסה בשפע.
אז דו האסט חתונה געהאט און עס פלאקערט אין דיר ווייטער די גרויסע עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן צוליב דיין רגילות פון דיינע יונגע יארן, זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן און זאגן אסאך משניות. ווייל עס איז נישט דא נאך א זאך וואס זאל אויסריין דאס שלעכץ פונעם מענטש ווי לימוד משניות. ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס משניות טוט פארן מענטש וואלטן זיך אלע געפלייסט אין דעם.
מוהרא"ש זכרונו לברכה ברענגט פון זוהר הקדוש (כי תצא רעז:): "מָארֵי מִשְׁנָה, דְּאִינּוּן מַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת מַמָּשׁ", די אלע וואס לערנען משניות ווערן אזוי ריין און הייליג ממש ווי מלאכים, "וּבְגִין דָּא אוֹקְמוּהָ מָארֵי מַתְנִיתִין, עַל בַּר נָשׁ אִי יְהֵא כְּמַלְאַךְ יְיָ צְבָקוֹת תּוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ, וְאִי לָאו לֹא יְבַקְשׁוּ תּוֹרָה מִפִּיהוּ", די אלע וואס לערנען משניות ווערן אזוי ווי די הייליגע מלאכים וואס באדינען דעם אייבערשטן און זענען זוכה צו לערנען תורה מיט אנדערע אידן וכו'.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט אפלאזן דיינע שלעכטע מעשים, ווייל חוץ וואס די ברענגסט א שאדן אויף דיין נשמה וועסטו אויך האבן א שאדן אויף דיין גוף, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רמ, סעיף יד): ווי מער א מענטש איז פוגם בברית - "זִקְנָה קוֹפֶצֶת עָלָיו", ווערט ער אפגעשוואכט און פארעלטערט, "וְכֹחוֹ תָּשַׁשׁ", און ער פארלירט די כוחות. אזוי אויך "עֵינָיו כֵּהוֹת", די אויגן ווערן אים אפגעשוואכט, "וְרֵיחַ רַע נוֹדֵף מִפִּיו", עס הייבט אן גיין א שלעכטע גערוך פון זיין מויל; "וְשַׂעַר רֹאשׁוֹ וְגַבּוֹת עֵינָיו וְרִיסֵי עֵינָיו נוֹשְׁרִים וְכוּ'", די האר פון קאפ און פון די אויגן ברעמען פאלט ארויס, "וְהַרְבֵּה כְּאֵבִים חוּץ מֵאֵלּוּ בָּאִים עָלָיו", און עס ברענגט אויף אים נאך אסאך ווייטאגן.
יעדע איבעריגע מינוט וואס דו האסט זאלסטו זאגן משניות, דורכדעם וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון אלעם שלעכטס.