שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך בעסער פארשטיין מיט מיין איידעם?
שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין עלטסטע טאכטער פאר אפאר יאר צוריק און זיי האבן שוין א קינד ברוך ה', אויך איז מיין איידעם זייער גוט צו מיין טאכטער און ער העלפט איר ווען ער קען. איך האב אבער א פראבלעם אז מיין איידעם גלייכט נישט צו רעדן צו מיר, צו מיין ווייב קען ער רעדן צוויי שעה אין א צו, אבער ווען איך קום אהיים ענדיגט ער די שמועס אין אפאר מינוט און ער גייט אוועק. אויך ווען מ'קומט צו שמחות פרובירט ער צו שטיין ווייט פון מיר, אויך ביי די שבת סעודות איז ער נישט באקוועם אין מיין הויז, ער פארגינט מיר קוים א האלבע שמייכל פון מאל צו מאל, ער איז נישט באקוועם ווען איך הייב אויף זיין בעיבי, און ער האט נישט ליב ווען איך רוף אים.


איך זע נישט וואס איך האב געטון שלעכט, איך האב אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו טון, אויך האב איך זיך קיינמאל נישט געמישט אין זיינע געשעפטן, און איך האב אים אלץ געהאלפן סיי מיט געלט אדער וואס מעגליך, כ'ווייס נישט אויב איך רעד אפשר צו שיין צו אים און ער האט עס נישט ליב, אדער אפשר איז נארמאל אז אן איידעם שטייט ווייט פון זיין שווער, כ'האב אזויפיל יארן געווארט צו האבן אן איידעם, אבער ס'טוט מיר וויי אז איך פארשטיי זיך נישט מיט אים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א נארמאלע זאך אז דער איידעם שעמט זיך פונעם שווער און פירט זיך צוריק געצויגן נעבן דעם שווער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין טאכטער איז צופרידן, ער העלפט איר און איז איר געטריי; וואס נאך דארפסטו? וואס מער דארפן עלטערן ווי נחת ביי די קינדער?


איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס מיינסטו צו זאגן אז דו האסט אזויפיל יאר געווארט צו האבן אן איידעם? וואס דארף מען אן איידעם? וואס איז דא צו טון מיט אן איידעם?! לאז אים לעבן מיט דיין טאכטער; אז דיין טאכטער איז צופרידן וואס נאך דארפסטו? אז ער וויל שמועסן מיט דיר איז גוט און אז נישט איז נאך בעסער; וועט ער אהיים גיין שמועסן מיט דיין טאכטער און בויען זיין שטוב.


געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה, די עצה וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אים דאנקען אויף אלעס.


גיי יעצט אין א ליידיגע פלאץ, זעץ דיך אוועק און זאג: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיין לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער, פאר מיין חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך", - וועסטו שוין גארנישט דארפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.