שאלה אין קורצן ענין
#5 - ווי אזוי קען איך זיך בעסער פארשטיין מיט מיין איידעם?
שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין עלטסטע טאכטער פאר אפאר יאר צוריק און זיי האבן שוין א קינד ברוך ה', אויך איז מיין איידעם זייער גוט צו מיין טאכטער און ער העלפט איר ווען ער קען. איך האב אבער א פראבלעם אז מיין איידעם גלייכט נישט צו רעדן צו מיר, צו מיין ווייב קען ער רעדן צוויי שעה אין א צו, אבער ווען איך קום אהיים ענדיגט ער די שמועס אין אפאר מינוט און ער גייט אוועק. אויך ווען מ'קומט צו שמחות פרובירט ער צו שטיין ווייט פון מיר, אויך ביי די שבת סעודות איז ער נישט באקוועם אין מיין הויז, ער פארגינט מיר קוים א האלבע שמייכל פון מאל צו מאל, ער איז נישט באקוועם ווען איך הייב אויף זיין בעיבי, און ער האט נישט ליב ווען איך רוף אים.


איך זע נישט וואס איך האב געטון שלעכט, איך האב אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו טון, אויך האב איך זיך קיינמאל נישט געמישט אין זיינע געשעפטן, און איך האב אים אלץ געהאלפן סיי מיט געלט אדער וואס מעגליך, כ'ווייס נישט אויב איך רעד אפשר צו שיין צו אים און ער האט עס נישט ליב, אדער אפשר איז נארמאל אז אן איידעם שטייט ווייט פון זיין שווער, כ'האב אזויפיל יארן געווארט צו האבן אן איידעם, אבער ס'טוט מיר וויי אז איך פארשטיי זיך נישט מיט אים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א נארמאלע זאך אז דער איידעם שעמט זיך פונעם שווער און פירט זיך צוריק געצויגן נעבן דעם שווער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין טאכטער איז צופרידן, ער העלפט איר און איז איר געטריי; וואס נאך דארפסטו? וואס מער דארפן עלטערן ווי נחת ביי די קינדער?


איין זאך וואס איך פארשטיי נישט, וואס מיינסטו צו זאגן אז דו האסט אזויפיל יאר געווארט צו האבן אן איידעם? וואס דארף מען אן איידעם? וואס איז דא צו טון מיט אן איידעם?! לאז אים לעבן מיט דיין טאכטער; אז דיין טאכטער איז צופרידן וואס נאך דארפסטו? אז ער וויל שמועסן מיט דיר איז גוט און אז נישט איז נאך בעסער; וועט ער אהיים גיין שמועסן מיט דיין טאכטער און בויען זיין שטוב.


געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה, די עצה וואס משיח צדקינו וועט אריינברענגען אין די וועלט; מען זאל רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער און אים דאנקען אויף אלעס.


גיי יעצט אין א ליידיגע פלאץ, זעץ דיך אוועק און זאג: "איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיין לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער, פאר מיין חתונה געהאטע קינדער און אייניקלעך", - וועסטו שוין גארנישט דארפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#4 - פארוואס זאלן די קינדער זיין גוט, אז איך בין א גארנישט?
התחזקות, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א שטיק צייט צוריק אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר ערליכע קינדער, ברוך ה' אז איך האב אנגעהויבן זאגן יעדן טאג די תפילת השל"ה און אויך בעטן דעם אייבערשטן אין אידיש.


עס פילט זיך אבער אביסל מאדנע, איך אליין בין נישט דער גרויסער צדיק, ווי אזוי קען איך ערווארטן אז דער אייבערשטער זאל מאכן מיינע קינדער ערליך ווען איך האלט ביי גארנישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס - קלאפ זיך נישט; דאס אז דו ווילסט ערליכע קינדער, דו זאגסט די תפילת השל"ה און דו ביסט מתפלל אויף אידיש פאר גוטע קינדער - דאס ווייזט אז דו ביסט יא גוט און דו ווילסט זיין גוט, מאך זיך נישט אוועק.


מוהרא"ש האט געשריבן קרוב צו הונדערט טויזנט בריוו, אין יעדע בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט עצות און סגולות פאר גוטע ערליכע קינדער - קומט מוהרא"ש אלץ צוריק אז די שליסל איז תפילה והתבודדות.


מוהרא"ש דערציילט, ווען די הייליגע צוויי ברידער, דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק און דער הייליגער רבי ר' זושא זכותם יגן עלינו זענען געגאנגען גלות ליידן, האבן זיי געטראפן אין איינע פון די דערפער א קינד, זיי האבן געזען אויף דעם קינד אז ער האט א הייליגע נשמה, זיי האבן געזען א שטארקע ליכטיגקייט רוט אויף אים, זיי האבן געפרעגט דעם קינד וואו ער וואוינט, זיי האבן געוואלט זען דעם טאטן, אים נאכקוקן ווי אזוי ער האט זוכה געווען אראפ צו ברענגען אזא הייליגע נשמה, זיי האבן געזען דעם איד, א פשוט'ער איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין, און לערנט שיעורים כסדרן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט ווי קומט צו אזא פשוט'ער איד אזא הייליג קינד.


זיי האבן געפרעגט און געפרעגט, ביז די ווייב האט געזען ווי זיי עקשנ'ען זיך, האט זי געזאגט אז יעדן שבת אינדערפרי ביי די זמירות, ביי ברוך ה' יום יום ווען איר מאן קומט אן צו די ווערטער: "וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות" - וויינט ער, עס רינט אים טרערן פון די אויגן, ער זאגט איבער די ווערטער אן א שיעור מאל, ביז ער פאלט פון די כוחות, אזוי חזר'ט זיך איבער יעדן שבת; האבן די צוויי הייליגע ברידער געזאגט, יעצט פארשטייען זיי ווי קומט אזא הייליג קינד צו אזעלכע פשוט'ע עלטערן, דורך תפילה; דער קינד איז אויסגעוואקסן דער צדיק רבי דוד לעלובער זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קען איך באקומען א ברכה, נאכ'ן אפשערן די האר?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נחת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א גוטע בשורה, אז איך האב זיך היינט אפגעשוירן די האר פון קאפ.


דאס קומט נישט פון מיין משפחה, און אויך נישט פון מיין מאנ'ס משפחה, ביי זיי איז גאר דא א פארקערטע ענין, דוקא זיך נישט צו שערן.


איך האב געהערט אזויפיל ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון דעם, שרייבט פון דעם, איך האב אבער געווען זיכער עס גייט נישט קיינמאל געשען ביי מיר. אין אנהויב האב איך נאר געהערט, א צייט שפעטער האב איך שוין אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל עס וועלן טון, נאך שפעטער האב איך שוין געוואלט עס טון און איך האב שוין אנגעהויבן בעטן אז איך זאל מצליח זיין עס צו טון,  מיין מאן האט מיר נישט געזאגט ניין אבער אויך נישט געזאגט יא, עס איז מיר געווען זייער זייער שווער עס צו טוהן. אבער יישר כח אייבערשטער אז איך האלט שוין דערנאך.


ווי נאר איך האב געענדיגט זיך אפשערן, האבן מיינע ליפן נישט אויפגעהערט צו דאווענען און בעטן דעם באשעפער אויף אלעס וואס איז מיר ארויס פון מויל צעמישט. אן וויסן וואס מיין מאן גייט זאגן, און ווי אזוי גיי איך פילן.


ביים צוזאמנעמען די האר אין א זעקל, האב איך געזאגט, "באשעפער, איך לייג אריין דא אלע קליפות פון מיר און פון מיין מאן און פון אלע, איך לייג דא אריין תימן, איראן, איראק און אלע שונאי ישראל, אז זיי זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונז, עס זאל מער נישט זיין קיין מלחמות.


איך האב געקוקט אויף די האר און געזאגט, "אייבערשטער, דאס איז א קרבן פאר דיר! אייבערשטער, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געפילט אז איך בין מקריב אזא שווערע קרבן אזוי ווי יעצט, עס איז נאר פאר דיר, און אין דעם זכות זאלן מיר אינגיכן הערן דעם שופר של משיח און תשעה באב זאל ווערן צו א יום טוב, איך זאל האבן שלום בית, א רפואה אויף מיינע אויגן, א רפואה אויף מיינע פחדים, איך מיט מיין מאן זאלן זיך ליב האבן, איך זאל נישט האבן קיין פחדים, נישט האבן קיין לחצים, האבן פרנסה בריווח, אפצאלן חובות, האבן נאר אידיש נחת פון אלע קינדער, און האבן נאך קינדער גרינגערהייט און געזונטערהייט, הייליגע געזונטע לעכטיגע דורות, יראי ה' מיט גוטע מידות, היטן און לערנען די הייליגע תורה, אלע רפואות, געזונט, און אזוי ווייטער און ווייטער.


איך וויל נאר בעטן א ווארעמע ברכה פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואונטשט פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר, זאלן קומען צו אייך, און אלע ישועות וואס די צדיקים האבן צוגעזאגט פאר די נשים צדקניות וואס שערן זיך זייער האר זאלן קומען צו אייך.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרוסקייט פון זיך אפשערן די האר, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. "וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה" און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, "מַאן גָּרִים דָּא" ווער איז דאס אלעס גורם? "הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר" די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אזוי ווי איר שרייבט - אזוי איז, יעדעס מאל ווען די פרוי שערט זיך די האר - איז זי מקריב א קרבן פארן אייבערשטן; זי קען דעמאלט בעטן פאר זיך און פאר אנדערע, זי קען פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואס טו איך אז מיין איידעם איז נישט קיין ברסלב'ער?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, משפחה, התנגדות, נחת, איידעם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים וואס געבן מיר אזויפיל חיזוק,
דער אייבישטער זאל געבן כח ווייטער פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו מחזק זיין אידישע קינדער עד מאה ועשרים שנה.


איך וויל פרעגן אזוי ווי איך האב ברוך ה' חתונה געמאכט מיין טאכטער מיט א חשובע מאן, ער איז זייער וואויל, אבער עס שטערט מיר זייער שטארק אז ער איז א ... חסיד, ווי אזוי דארף איך עס אננעמען? איך וויל אזוי שטארק ער זאל זיין א ברסלב'ער חסיד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מאכסטו זיך נאריש, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן, זינגען און טאנצן - אז דו האסט ערליכע דורות, דיין טאכטער האט א מאן אן ערליכער איד; וואס איז א חילוק וועלכע חסיד מען איז? כל זמן די קינדער זענען אידן, זיי גלייבן אין אייבערשטן און היטן תורה און מצוות - דארפן די עלטערן זינגען און טאנצן פאר שמחה אז עס בלייבט ערליכע דורות.


אזויפיל משפחות ווערן נעבעך צוריסן פון די נארישע זאכן, מען עסט זיך אויף ווען מען זעט א זון אדער איידעם גייט צו אן אנדערע קרייז, מען מאכט מחלוקות, מען האקט אפ מיט די קינדער, מען העצט אויף די משפחה רחמנא לצלן. וויפיל עלטערן נעבעך וויינען און קלאגן אז זייערע קינדער האבן ליידער אפגעלאזט שמירת התורה והמצוות, דאס איז א צרה ה' ירחם, דאס איז אויף וואס מען דארף וויינען, אבער ווען א קינד דערוועלט זיך א צווייטע חסידות, אדער קהלה, קרייז - און זיי פירן זיך מיט תורה און יראת שמים - דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אז דיין איידעם געהערט צו א פלאץ וואס דארט קריגט מען אויף ברסלב - זאלסטו נישט מאכן פון דעם קיין עסק, דו זאלסט אים געבן ליבשאפט אזוי ווי פאר אלע אנדערע איידעמער, און רעד צו אים פון רבינ'ס דיבורים אן דערמאנען דעם רבינ'ס נאמען. דער רבי האט אונז בפירוש געזאגט מיר זאלן רעדן צו אנדערע פון זיינע תורות אן דערמאנען זיין נאמען, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "וואס ארט עס מיר אז א איד וועט בענטשן ברכת המזון מיט מער כוונה אן דעם וואס ער זאל וויסן אז דאס קומט פון מיר".


איך בעט דיר זייער, זיי מקרב ומחבב דיין איידעם, די ... חסידים האבן אין זיך זייער גוטע כלים צו מקבל זיין די לימודים פון רבי'ן, זיי האבן א שטארקע אמונת חכמים און א שטארקע תמימות. ביי זיי איז אויך דא די זאך פון זאגן תהלים און זאגן משניות, נאר די איין זאך איז נעבעך מעשה שטן, אז מען רעדט קעגן רבי'ן, די חסידים זענען נישט שולדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.