שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען מען זיך גרייטן פרייליכערהייט צום יום טוב פסח?
שמחה, פסח, יום טוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס איר האט געשריבן ווי אזוי מ'קען האבן א פרייליכע יום טוב, דאס האט מיר זייער איבערגענומען, צו זען ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צו א יום טוב מיט רואיגקייט און שמחה, א גרויסן יישר כח.


איך האב געוואלט בעטן אויב איר קענט שרייבן נאך איבער די גרויסקייט פון פסח, ווי אזוי מ'קען זיך צוגרייטן צום יום ווי עס דארף צו זיין פון א רוחניות'דיגע שטאנדפונקט. און אויך אויב איר קענט שרייבן ווי אזוי מ'דארף זיך אומגיין מיט'ן רייניגן לכבוד פסח, ווי אזוי מ'קען דאס טון אויף א נארמאלן אופן, נישט מיט קיין משוגעת'ן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך פארברענט ער אלע קליפות און זיי קענען נישט האבן קיין שליטה אויף אים, ווייל די גאנצע זאך פונעם ס"מ איז עצבות און מרה שחורה, וויינען און קלאגן, מה שאין כן ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך איז ער ביי די קדושה און אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה. דאס איז די וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער האלט אויף דער וועלט.


דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, ווייל דאס איז דער שליסל צו אלע מדריגות און צו אלע הייליגקייטן. ווען א מענטש דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה, היט אים דער אייבערשטער אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיטן אייבערשטן איז: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


בפרט ווען מיר גרייטן זיך צו דעם גרויסן יום טוב פסח ווען מען איז זוכה ארויס צו גיין פון די טומאה, ווייל פסח גייט דאך יעדער איד ארויס פון גלות מצרים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קטז:): "חַיָּב אָדָם לִרְאוֹת אֶת עַצְמוֹ כְאִלּוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", דארף מען נאכמער מתפלל זיין אויף שמחה, ווייל אין די זעלבע צייט קומט דער יצר הרע און זוכט ווי אזוי ער קען אויפרעגן דעם איד, ווי אזוי ער קען אים אוועק גנב'נען זיינע מדריגות און זיינע קדושות, ער זוכט ווי אזוי ער קען מאכן אז דער טאטע זאל זיך אויפרעגן אויף די קינדער, אדער מאן און ווייב זאלן זיך צעאנפערן וכו'.


דערפאר דארף מען האבן ישוב הדעת און געדענקען נישט צו שרייען און זיך אויפרעגן אויף די שטוב; מענטשן מיינען אז 'שטויב איז חמץ און קינדער זענען די קרבן פסח. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מען דארף געדענקען ווען מען מאכט פסח'דיג אז שטויב איז נישט קיין חמץ און קינדער זענען נישט קיין קרבן פסח", אזוי אויך דארף מען געדענקען אז א משהו כעס איז מדאורייתא און א משהו עצבות איז חמץ גמור - אויף דעם העלפט נישט קיין ביטול א גאנץ יאר.


מען דארף זיך פרייען מיט די מצוות בפשיטות, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות.


דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (עיין שיחות הר"ן, סימן רלה) ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן חז"ל (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים נאר פאר אונז מענטשן לויט דעם וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין; דאס איז לגבי סתם חומרות, אבער אפילו אויף דאס וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין בספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה וואס אין דעם וועט ער זייער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', אזוי ווי מען זעט אין די גמרא (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי' וְכוּ'", מיט דעם אלעם זאגט דער רבי אז מען מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, מען מיינט נאר צו זאגן אז ער זאל נעמען איין מצוה וואס אין דעם מצוה זאל ער מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות. הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריין געפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צו קומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


אז מיר שטייען יעצט פאר אזא הייליגע יום טוב דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות, אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון דער וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


אז א איד פריידט זיך מיט די מצוות איז א סימן אז ער האט א ריינע אמונה און ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות שמחה א) "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פריידט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז דער מענטש איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.