שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט אזויפיל קינדער וואס איך האב ב"ה?
קינדער

תוכן השאלה‎

לכבוד הראש ישיבה שליט''א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע אייערע שיעורים, וואס בלאזן אריין אין מיר א נייע לעבן, און זענען מיר מחזק און מעודד אין יעדע מצב.


איך האב א שאלה וואס שטערט מיר זייער שטארק, אפשר וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן. איך בין ב"ה געבענטשט געווארן מיט א גרויסע משפחה פון 9 קינדער קע"ה, און יעצט האבן מיר שוין א פרישע גוטע בשורה ב"ה.


מיין שאלה איז ווי אזוי איך קען זיך דערהאלטן ווען די קשיא פון "פרנסה" איז גאר שווער צו פארענטפערן. און אויך אז איך בין אזויפיל פארנומען מיט די קינדער, אז איך שפיר אז איך האב נישט קיין שום צייט פאר מיר אליין. און אויך קומט צו דערצו די ליצנות וואס מענטשן מאכן פון מיר אז איך האב אזויפיל קינדער, דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט און ברענגט מיר בלבולים, און פארשטייט זיך אז דאס איז אויך משפיע אויף מיין שלום בית.


איך ווייס נישט דער וועג ווי אזוי זיך צו שטארקן און זיין פרייליך. אנשטאט זיך צו פרייען מיט די שיינע מתנות וואס דער אייבערשטער וויל מיר געבן, בין איך גאר זייער צעבראכן דערפון.


נאך מער שטערט מיר אז מיין ווייב פארשטייט בכלל נישט וואס דער פראבלעם איז מיט דעם, זי זעט נישט וואס ס'איז שווער מיט דעם. זי פרובירט מיר מחזק צו זיין און שטארקן אויף אלע אופנים, איך בלייב אבער נאכאלץ צעבראכן דערפון, עס קומט מיר ארויף די זכרונות ווי מ'מאכט חוזק פון מיר אז איך האב אזויפיל קינדער ב"ה.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אראפנעמען אפאר מינוט מיר צו ענטפערן.


א גרויסן יישר כח.


יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל, אבער איך פארשטיי נישט דיין שאלה און איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. ווען די מעשה איז ווען פארקערט, אז דו ווילסט האבן א שטוב מיט קינדער און דיין ווייב איז נישט מסוגל וכו' ווייל זי האט שוואכע נערוון וכו' און זי קען נישט דערהייבן וכו' דעמאלט וואלט מען געדארפט אריינקוקן אין דיין שאלה, אבער אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א געזונטע ווייב וואס האט כח צו זיין א מאמע וכו', זי איז א געזונטע פרוי וואס וויל אויפשטעלן א גרויסע משפחה און זי האט די כוחות דערפאר, פארשטיי איך בכלל נישט וואס דיין בקשה איז און וואס עס באדערט דיר.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "א מענטש דארף בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זוכה זיין צו האבן אסאך קינדער - אפילו די קינדער וועלן אויסוואקסן נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווייל ווען משיח וועט קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן וועט ער מתקן זיין נישט נאר יענעם דור, נאר משיח וועט פארעכטן אלע דורות".


וואס זאלן מיר טון אז בעוונותינו הרבים האט זיך אריין געכאפט ביי אידישע קינדער די קליפה פון נישט האבן קינדער רחמנא לצלן, מענטשן זענען מסית ומדיח אנדערע נישט צו האבן קינדער מיטן אויסרייד: "וואס וועט זיין מיט פרנסה?" אדער אנדערע נארישע סברות.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א געזונטע ווייב וואס האט כח צו זיין א מאמע פאר קינדער און הער נישט אויס וואס נארישע מענטשן זאגן: "אויף וועמענס חשבון האסטו קינדער?" אדער אנדערע ליצנות.


געדענק אז נאר קינדער און אייניקלעך בלייבט איבער פונעם מענטש; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.): ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס לערנען תורה איז כְּאִילוּ לֹא מֵת, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", דער קעניג פון מצרים האט געהערט אז דוד ליגט און אז זיין גענעראל יואב איז געשטארבן, פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט, אבער אז מען לאזט נישט איבער קינדער וואס גייען בדרך התורה, דעמאלט ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט איז ער א טויטער מענטש.


דו שרייבסט אז דו האסט נישט קיין צייט פאר דיר צו אטעמען ווייל דו ביסט פארנומען מיט דיינע קינדער וכו'; פארברענגען דארף מען מיט די ווייב און קינדער, און אטעמען זאלסטו אין שטוב. אנשטאט צו זוכן וואו מען קען ארויס לויפן פון שטוב פארברענגען מיט חברים פארברענג ענדערש אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג דערמאנען אז א מענטש האט נישט קיין חברים, דער פסוק זאגט (תהלים ס, יג): "וְשָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם", א מענטש קען דיר נישט העלפן; נאך זאגט דוד המלך (תהלים קטז, יא): "אֲנִי אָמַרְתִּי בְחָפְזִי כָּל הָאָדָם כֹּזֵב", א מענטש איז איינער אליין; וואס האט יא א מענטש, וועם האט מען יא? דעם אייבערשטן, די תורה און די מצוות. דאס נעמט א מענטש מיט און דאס בלייבט פונעם מענטש.


פארברענג מיט דיינע קינדער, שפיל מיט זיי שפילערייען, פארצייל זיי שיינע מעשיות פון צדיקים און הער אויס זייערע מעשה'לעך וואס זיי האבן צו דערציילן. אזוי וועלן זיי אויסוואקסן געזונט און שטארק, זיי וועלן זיין ערליכע אידן.


איך בעט דיר נאכאמאל, טאנץ פאר שמחה אז דו האסט א געזונטע ווייב וואס האט די כוחות צו מגדל זיין א שטוב מיט קינדער; אנטלויף פון מענטשן וואס שפעטן אפ פון ערליכע אידן וואס האבן געבענטשטע שטובער מיט קינדער, וועסטו זוכה זיין צו זען נחת פון אלע דיינע קינדער.