שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען מען זיך שטארקן מכבד צו זיין די ווייב?
שלום בית, קדושה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך פונעם ראש ישיבה שליט"א און איך ליין אין די בריוו, איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית, צו מכבד זיין די ווייב און ארויפקוקן די ווייב, און איר מקרב זיין ווי מער. פון די אנדערע זייט בין איך אבער אויפגעוואקסן אנדערש, מ'האט אונז געלערנט אז ווי מער מ'האלט זיך ווייטער פון די ווייב איז מען מער הייליג און מער נענטער צום אייבערשטן.


איך האב געליינט אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז די וועג ווי אזוי מ'לערנט מיט חתנים אז מ'דארף זיין אפגעשיידט פון די ווייב, קומט גאר פון קריסטליכע מקורות רחמנא ליצלן, וואס ביי זיי האט געהייסן אז ווי הייליגער מ'איז דארף מען זיין מער אפגעטיילט פון א ווייב.


מיין שאלה איז אבער ווי קען מען דאס איבערדרייען ביי זיך אין קאפ, ווייל אין די ספרים הקדושים פון פריערדיגע צדיקים וואס מ'לערנט אין די ישיבות, זעט מען נישט דארט איבער די חשיבות פון א פרוי, נאר פארקערט, מ'לערנט ווי עקלדיג ס'איז די תאוות, און ווי שטארק מ'דארף זיך מרחק זיין.


ווי אזוי קען מען טוישן דעם מח און אנהויבן מכבד זיין די ווייב, אין די צייט וואס איך בין אויפגעצויגן געווארן אנדערש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אדער ברענגסטו נישט גוט ארויס דיין פראגע, אדער ביסטו זייער צעמישט.


וואס האט מכבד זיין די ווייב מיט תאוות? א פרוי איז תאוות? ברסלב האט אן אנדערע תורה? ברסלב וויל מען זאל נאכגיין תאוות? איך פארשטיי נישט וואס איז די סתירה פון מכבד זיין די פרוי און פאר'מיאוס'ן תאוות, תאוות דארף מען פאר'מיאוס'ן און די ווייב דארף מען מכבד זיין - וואס איז די סתירה?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): ווי איז שייך בכלל תאוות? עסן דארף מען כדי מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען צו קענען דאווענען און לערנען, חתונה האבן דארף מען צו קענען טון דעם רצון פונעם אייבערשטן מקיים זיין די מצוה פון פריה ורביה  - ווי איז שייך תאוות?!


מאך זיך שיעורים אין רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט אנהייבן לעבן מיט'ן אייבערשטן; דו וועסט עסן מיט'ן אייבערשטן, שלאפן מיט'ן אייבערשטן און דו וועסט אריין נעמען דעם אייבערשטן אין דיין שטוב; דאס לערנט דער רבי מיט אונז און דאס האט מוהרא"ש אונז אויסגעלערנט, מיר זאלן נישט מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיך אפשיידן פון די וועלט, אזוי ווי מענטשן מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א ספעציעלע סארט באשעפעניש וואס גייט איינגעבויבן און לעבט אנדערש וכו' וכו', אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר די הייליגע צדיקים הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקע זי"ע, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זי"ע און נאך, ווען ער האט זיך געטראפן מיט זיי אין ארץ ישראל; זיי האבן דערציילט פאר'ן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט און די תורה אליין פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז ווען זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, עס איז נישט דא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קטז).


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, אז דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין; מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפ'ן פנים אדער אויפ'ן אויסקוק פון די זאך, מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (ליקוטי מוהר"ן, שם; שיחות הר"ן, סימן יד. עיין שם).


מען טאר נישט זאגן וואס דו זאגסט אז א ווייב איז תאוות און אז מען דארף זיך מרחק זיין פון א ווייב; לאמיר זען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.) אז רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם פארציילט די גמרא, אז ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "רבי, איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?" האט אים רבי חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה; זעט מען ווי דער הייליגער רבי חייא וואס איז געווען אזוי גרויס אז דער מלאך המות האט נישט געקענט האבן א שליטה אויף אים, ווי אזוי ער האט געקוקט אויף זיין ווייב, אז זי ראטעוועט אים פון עבירות און זי העלפט אים אויפברענגן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.