תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
לעצטנס האב איך אסאך געהערט ביי די שיעורים, ספעציעל ביי די שיעורים אין חינוך, אז מען קען נישט מחנך זיין קינדער אויב מען האט זיי נישט ליב, און אז די קינדער שפירן אויב די עלטערן האבן זיי ליב אדער נישט.
מיין ווייב'ס קינדער וואוינען מיט אונז אין שטוב, אבער עס איז מיר זייער שווער זיי ליב צו האבן, בעיקר ווייל זיי זענען זייער גרויסע מחוצפים פאר זייער מאמע, זיי רעדן צו איר אזוי ווי זי וואלט געווען זייער דינסט. צומאל שפיר איך ממש ווי איך פלאץ פון דעם, איך מוז ארויסגיין פון שטוב און אפילו פון הויז. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?
יישר כח אויף די שיעורים און בריוו, נאר דורך דעם קען איך זיך דערהאלטן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
האב רחמנות אויף די קינדער, וואס זענען זיי נעבעך שולדיג; דו וועסט קיינמאל נישט פארשטיין קינדער וואס קומען פון א צעטיילטע שטוב, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער פון א צעטיילטע שטוב גייען אריבער; די וועלט איז זיי טונקל, עס איז זיי זייער ביטער.
זיי דן לכף זכות די קינדער פון דיין ווייב, און ווען זיי רעדן מיט נישט דרך ארץ - זאלסטו נישט ווערן בכעס, זיי מהפך די כעס צו רחמנות (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד); וואס ווייסן די קינדער וואס עלטערן זענען? זיי האבן נישט באקומען די ריכטיגע חינוך ווי צו רעדן צו עלטערן.
אז דו וועסט רחמנות האבן אויף זיי וועסטו זיי קענען זאגן מיט ליבשאפט אז מען דארף רעדן צו א מאמע מיט דרך ארץ, און ווי דער אייבערשטער באצאלט ווען מען איז מכבד טאטע און מאמע; מען איז זוכה צו אריכות ימים ושנים, מען איז זוכה צו האבן גוטס בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.