תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איז מיר זייער מחיה, און א באזונדערע דאנק פאר'ן גליון היכל הקודש וואס מ'איז מפיץ דא אין לאנדאן, מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה.
איך האב געוואלט פרעגן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אזוי פיל, מיר זעען דאך אין די ספרים הקדושים אז אויף תורה דארף מען זיך פלאגן, מ'קען נישט לערנען תורה גרינגערהייט; ווי אזוי קען מען זאגן אז מ'קען לערנען תורה אזוי גרינג מיט'ן דרך הלימוד?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מן הסתם האסטו נאך נישט גענומען די מי צו אויספרובירן דעם סדר דרך הלימוד, דעריבער טראכסטו אז דאס איז א גרינגע זאך. דו וואונדערסט זיך וואס מען טוט מיט'ן (ויקרא כו, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ", וואס רש"י זאגט אויף דעם: "שֶׁתִּהְיוּ עֲמֵלִים בַּתּוֹרָה", - מע זאל זיך פלאגן אין די תורה; ווען דו וואלסט ווען פרובירט צו לערנען אויף דעם וועג, גורס זיין פרקים משניות און דפים גמרא וואלסטו געזען אז עס ליגט אין דעם א גרויסע עמלות.
באמת איז נישט דא נאך אזא עמלות בתורה ווי ווען א מענטש פארשטייט נישט וואס ער לערנט און ער הייבט אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין און אן קיין טעם וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עד): "יֵשׁ דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, וְיֵשׁ דִּבּוּר בְּדֵעָה", עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו לערנען; עס איז דא ווער עס לערנט און פארשטייט, נאכדעם איז דא אז מען לערנט אן פארשטיין. כדי מען זאל זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען לערנט דארף מען קודם אסאך זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, "וּשְׁנֵי בְּחִינוֹת אֵלּוּ, הֵן בְּחִינַת 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא וְשִׂמְחַת תּוֹרָה'", פאר מען קומט אן צו פארשטיין וואס מען לערנט - וואס דאס איז 'שמחת תורה', מען איז פרייליך מיט די תורה, מען האט א טעם אין דעם דורכדעם וואס מען פארשטייט וואס מען לערענט - דארף מען אריבער גיין דעם שטאפל פון 'הושענא רבא', "כִּי 'הוֹשַׁעְנָא רַבָּא' הוּא בְּחִינַת דִּבּוּר בְּלֹא דֵּעָה, שֶׁהוּא בְּחִינַת עֲרָבָה, כִּי עֲרָבָה דּוֹמָה לִשְׂפָתַיִם", ערבות זעט אויס ווי די ליפן; דאס לערנט אונז אז קודם דארף מען נוצן די ליפן, מען דארף אסאך זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט.
ווען דער אייבערשטער זעט ווי א מענטש פלאגט זיך צו לערנען, ער נעמט א משניות און זאגט די ווערטער אפילו ער פארשטייט נישט, ער לערנט גמרא און זאגט די ווערטער אפילו אן קיין טעם - איז דאס ביים אייבערשטן זייער חשוב, דער אייבערשטער נעמט די ווערטער פון די תורה און האט פון דעם א גרויסער תענוג, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (קדושים פה:): "וּמַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין" און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד", פון ליבשאפט צו די תורה לערנט מען מיט גרייזן.
אז דו רעדסט פון עמילות בתורה - פון זיך פלאגן, איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער פונעם ישמח ישראל (פרשת בחקותי, אות ב), וואו ער געבט צו פארשטיין גאר פארקערט. ער זאגט אז דוקא ווען מען לערנט אויפ'ן אופן פון גירסא - דאס איז ריכטיגע עמלות בתורה, "כִּי הַלּוֹמֵד בַּתּוֹרָה וּמֵבִין וּמַכִּיר בְּפִלְפּוּל וּסְבָרַת הַתּוֹרָה וּמִתְעַנֵּג, לָזֶה לֹא נִקְרָא לִימוּד הַתּוֹרָה עֲבוֹדָה וִיגִיעָה וְעָמָל, כִּי בָּזֶה שֶׁאָדָם נֶהֱנֶה וְשָֹמֵחַ לֹא יִיעָף וְלֹא יִגַּע", ווען א מענטש פארשטייט דאס לערנען איז דאס נישט אזא שטארקע עמלות, ווייל ער האט הנאה און ער פריידט זיך וכו', "כִּי רַק הַלּוֹמֵד תּוֹרָה מִתּוֹךְ הַדְּחַק וּמִתּוֹךְ טֵרוּף הַדַּעַת אַף שֶׁאֵינֶנּוּ מֵבִין בָּהּ הֵיטֵב", ווידעראום ווען מען לערנט תורה אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט, "וְאֵצֶל זֶה הַלּוֹמֵד עַל אוֹפָן זֶה - אֶצְלוֹ נִקְרָא יְגִיעָה וַעֲבוֹדָה וְעָמָל, כִּי לֹא יַרְגִּישׁ הַתַּעֲנוּג מֵהַתּוֹרָה", ביי אזא איינעם איז דא עמלות בתורה, ווייל ער שפירט נאך נישט דאס זיסקייט, ער פארשטייט נאך נישט און ער זעט נאך נישט דאס שיינקייט פון די תורה, מיט דעם אלעם מוטשעט ער זיך; אבער ווען א מענטש שפירט א טעם דארף מען שוין גארנישט, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט דארפן".
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.