תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך זע אסאך מאל ווי מענטשן ליינען דעם גליון היכל הקודש אינמיטן דאווענען. צום ערשט האב איך פרובירט זיי דן צו זיין לכף זכות אז זיי קוקן עס נאר ביי די שטיקלעך וואס מ'מעג, אבער איך זע ווי זיי ליינען עס אויך ביי שטיקלעך ווען מ'טאר נישט לויט'ן שלחן ערוך לערנען דעמאלט, און זיכער נישט ליינען קיין גליונות.
די ערשטע זאך וויל איך בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א מעורר צו זיין איבער דעם, אדער כאטש שרייבן אינעם גליון וועגן דעם. און צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן וואס איך דארף טון ווען איך זע איינעם ליינען א גליון בשעת'ן דאווענען. איינמאל האב איך שוין געוואלט צוגיין צו איינעם מעורר זיין, אבער איך האב זיך געשעמט, און אויך האב איך מורא געהאט אז אפשר אויב וועט ער עס נישט ליינען ביים דאווענען, וועט ער נאכדעם עס בכלל נישט ליינען, אבער אפשר דארף מען יא מעורר זיין אויף א שיינע וועג?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווי אזוי קענסטו זען בשעת'ן דאווענען וואס טוט זיך ביי יענעם? ווען מען דאווענט דארף מען אוועק נעמען אלע זייטיגע מחשבות; גארנישט זען, נאר טראכטן ווי מען שטייט פאר'ן אייבערשטן.
אנשטאט ארבעטן אויף א צווייטן הייב אן ארבעטן אויף דיין דאווענען, אנשטאט זוכן ביי יענעם וואס צו פאררעכטן - זאלסטו זיך אליינס פאררעכטן. קוק נישט וואס אנדערע טוען; בפרט ביים דאווענען זאלסטו נישט זוכן ביי אנדערע חסרונות, בפרטי פרטיות ביי די שטיקלעך וואס עס איז אסור ארויסצוקוקן - זאלסטו דאווענען און נישט ארויסקוקן פון סידור.
געוואוין זיך צו צו דאווענען אין א סידור, דאווען נישט פון אויסנווייניג; מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל דאווענען אין א סידור.
אויך זאלסטו אכטונג געבן צו דאווענען אויף איין פלאץ, דריי זיך נישט ארום ביים דאווענען. רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געזען ווי איינער דריידט זיך ביים דאווענען, גייט און קומט און קומט און גייט, האט ער אים געזאגט: "דו דרייסט זיך און דרייסט זיך, נאך אביסל ווערסטו אנגאנצן צעדריידט; שטיי אויף איין פלאץ וועסטו בלייבן געזונט".
נישט יעצט זאלסטו מיר שרייבן אז דו זעסט מענטשן דאווענען אויסנווייניג און אנדערע אנשי שלומינו דרייען זיך ארום; נעם די בריוו פאר זיך אליין. קוק נישט אויף אנדערע, עס זאל דיר בכלל נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טוען. אנשי שלומנו פלעגן זאגן: "זיי פארנומען מיט דיין רוחניות און יענעמ'ס גשמיות", ווען עס קומט צו אנדערע זאלסטו נאר טראכטן: 'ווי קען איך יענעם העלפן מיט עסן וכו'?' טראכטן פון יענעמ'ס גשמיות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.