תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ליין יעדן טאג די טעגליכע בריוו און איך בין מיך זייער מחיה דערמיט. יישר כח.
ביי די בריוו פון יום א' מקץ שרייבט דער ראש ישיבה אז א צדיק מיינט נישט איינער וואס פאלט נישט אראפ, און אז א צדיק קען אויך האבן נסיונות. דאס איז א זאך וואס איך טראכט אסאך דערפון, אז לכאורה ווי אזוי מ'זעט זענען אלע גרויסע צדיקים געבוירן געווארן מיט א העכערע נשמה, אזוי ווי מ'זעט ביים רבי'ן וויפיל ער האט שוין צאמגעלערנט נאך אלט זייענדיג ווייניגער ווי זעקס יאר, אויך האט ער שוין נאך פאר דריי יאר געהאט שכל וואס א נארמאלע מענטש האט נישט אפילו ביי די פערציג, אזוי ווי ער האט אליינס דערציילט אז ווען זיין מאמע האט אים אויסגעקעמט די האר און ס'האט אים וויי געטון האט ער פארשטאנען אז ער האט גארנישט פון שרייען ווייל אויף די וועלט דארף מען ליידן און שווייגן.
אויך ווערט געברעגנט פונעם הייליגן קאמארנער זי"ע אז ער האט שוין געלערנט מיט זיין טאטע ביי די ניין יאר כתבי האריז"ל. אויך פארציילט דער הייליגער ריבניצער זי"ע אז ער האט געלערנט שוין אלס קינד מיט זיין רבי'ן דער הייליגער שטיפינעשטער רבי ז"ל, נגלה און נסתר.
ווי אזוי קען זיך א פשוטער מענטש אויך דערהאלטן ווען ער שטייט אזוי ווייט פון אזעלכע גרויסע צדיקים וואס זיי זענען געווען קדושים וטהורים און גרייט געווען פאר מסירת נפש 24 שעה א טאג?
א גרויסן יישר כח פאר די שיינע בריוון.
שמעון
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד שמעון נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי פלעגט אסאך שמועסן מיט אונזערע לייט פון זיינע מדריגות, ער פלעגט זיי דערציילן צו וואס ער האט אלץ זוכה געווען; דער רבי פלעגט שמועסן פון זיך, פון זיינע מדריגות און השגות, ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אים וועלן נאכמאכן. דורכדעם וואס מען וועט הערן צו וואס א מענטש קען זוכה זיין, וועלן אלע פרובירן אים נאכצומאכן.
ווען דער רבי פלעגט פארציילן זיינע מדריגות וכו', איז געווען אפאר מאל וואס מענטשן האבן געזאגט פארן רבי'ן: "איר זענט צו געקומען צו גרויסע מדריגות און השגות ווייל איר זענט אן אייניקל פון דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איר זענט אן אייניקל פון הרב הקדוש רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו, און פון נאך צדיקים, דאס איז די סיבה פארוואס איר האט זוכה געווען צו די גרויסע מדריגות", שרייבט ר' נתן (שבחי הר"ן, סימן כו): "יעדעס מאל ווען דער רבי האט געהערט אז מענטשן זאגן אז דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות ווייל ער איז געבוירן מיט א הויכע נשמה, אדער מצד יחוס, פלעגט דער רבי זייער מקפיד זיין, און געזאגט: 'איך בין צוגעקומען צו וואס איך בין צוגעקומען, נישט ווייל איך שטאם פון אזעלכע גרויסע זיידעס, און נישט ווייל מיין נשמה וכו', נאר ווייל איך האב זייער אסאך געהארעוועט, און יעדער מענטש קען זוכה זיין צו דעם'".
דאס וואס דו שרייבסט אז דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד און זיין מאמע די גרויסע צדיקת פייגא האט געקעמט זיין האר, עס האט זייער וויי געטון, און ער האט קיינמאל נישט געשריגן, ווייל ער האט שוין דעמאלט פארשטאנען אז אויף דער וועלט דארף מען ליידן; דאס איז טאקע אמת, דער רבי האט געהאט א גאר גרויסע נשמה, אבער דאס האט נישט צו טון מיט ווערן א צדיק, קוק אריין אין שבחי הר"ן (סימן כה) אז דער רבי האט בפירוש געזאגט: "אֲפִלּוּ אִם הָיָה מִמִּשְׁפָּחָה הַיְרוּדָה שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל, הָיָה זוֹכֶה גַּם כֵּן לְמַה שֶׁזָּכָה עַל יְדֵי עֹצֶם עֲבוֹדָתוֹ וִיגִיעָתוֹ, שֶׁיָּגַע וְטָרַח מְאֹד מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך", אפילו ער וואלט ווען געבוירן געווארן ביי די פשוט'סטע שטוב, וואלט ער אויך זוכה געווען צו זיינע מדריגות, צוליב וואס ער האט אזוי סאך געהארעוועט.
יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו; קוק אריין אין רמב"ם הלכות תשובה (פרק ה', הלכה ב) ווי ער זאגט דארט אז יעדער מענטש קען זוכה זיין צו ווערן אזוי גרויס ווי משה רבינו, עס ווענדט זיך נאר אינעם מענטש אליין. איך טייטש דיר איבער דעם לשון פון רמב"ם: "דיינע מחשבות זאלן דיר נישט איינרעדן דאס וואס מען קען הערן פון נארישע מענטשן ווי זיי זאגן, 'דער אייבערשטער האט שוין גוזר געווען ווער עס זאל זיין א צדיק און ווער עס זאל זיין א רשע', עס איז נישט אזוי, נאר יעדער איינער קען זוכה זיין צו זיין אזוי גרויס ווי משה רבינו, אדער פארקערט - ווי ירעם בן נבט; יעדער מענטש האט זיין אייגענע בחירה צי ער זאל זיין א חכם אדער א נאר. יעדער מענטש קען זיין א רחמנות'דיגער, אדער פארקערט - אן אכזר, אדער א קארגער מענטש, אזוי אויך אין אלע אנדערע זאכן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.