שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קריכט מען ארויס פון שמוץ?
קדושה, לימוד התורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע עדיקשאן [צוגעבינדענקייט] צו שמוץ. דער ראש ישיבה שליט"א האט עפעס אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אודאי האב איך אן עצה פאר דיר.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, "עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", און ער איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירות אז ער קען זיך נישט אפקלעבן דערפון, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", מיט דעם אלעם איז די כח פון תורה אזוי גרויס, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אז אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין עדיקשן, די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זאגן משניות איז די עצה פאר אלע וואס זענען נעבעך אריין געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; נאר דאס קען העלפן דעם מענטש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא דויסע, פרשה א) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמשֶׁה: אֱמוֹר לָהֶם לְיִשְׂרָאֵל, "דִּבְרֵי תּוֹרָה שֶׁנָּתַתִּי לָכֶם רְפוּאָה הֵם לָכֶם, חַיִּים הֵם לָכֶם", שֶּׁנֶּאֱמַר: כִּי חַיִּים הֵם לְמוֹצָאֵיהֶם, וְאוֹמֵר: רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ, אז מען לערנט תורה ווערט מען אויסגעהיילט פון אלע מחלות וחלאים רעים.


וויסן זאלסטו אז עס נישט דא קיין מחלה וואס עס זאל נישט זיין דערויף א רפואה; עס איז נישט דא קיין 'עדיקשן' פון וואס מען קען נישט אויסגעהיילט ווערן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא נח, ח): "אֵין מַכָּה בָעוֹלָם שֶׁאֵין לָהּ רְפוּאָה", פון יעדע קרענק קען מען זיך אויסהיילן, וואס איז די רפואה פאר'ן יצר הרע? "רְפוּאָתוֹ שֶׁל יֵצֶר הָרַע, תְּשׁוּבָה", אז מען זאל תשובה טון; דערפאר זאלסטו אננעמען די עצה פון רבי'ן און הייב אן זאגן משניות. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו שפירסט ווי דו טוסט גארנישט אויף מיט דעם, דאך זאלסטו ווייטער זאגן די ווערטער אן קיין טעם, זאלסט נישט קוקן אויף די אלע מחשבות נאר זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו זאגן די ווערטער.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל.): דער אייבערשטער זאגט: "בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע", איך האב באשאפן דעם יצר הרע, "וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", אבער איך האב א רפואה פאר'ן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן אים, "וְאִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנט איר תורה וועט איר נישט זיין אונטער די הענט פונעם יצר הרע, "וְאִם אֵין אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה, אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אבער אויב לערנט מען נישט קיין תורה איז מען אונטער אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון.