שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן ביי די חנוכה ליכט?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חנוכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך געדענק פון אלע יארן ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אין די טעג ארום חנוכה איבער די גרויסקייט פון זיך אויסרעדן די גאנצע הארץ און זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ווען מען זיצט ביי די חנוכה ליכט, און יעדעס יאר ווען עס קומט חנוכה האב איך נאכאמאל די חלישות הדעת, ווייל א גאנצן טאג ווען איך גיי אריבער א שוועריגקייט אדער איך דערמאן זיך אינמיטן טאג א זאך וואס איך דארף אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, טראכט איך גלייך אז באלד ביי די חנוכה ליכט גיי איך עס שיין אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט אינמיטן טאג האב איך דאך נאכנישט דעם יצר הרע פון שפעטער, אבער ווען עס קומט למעשה, מען זיצט שוין ביי די חנוכה ליכט, מען האט שוין געענדיגט זינגען די זמירות, עס איז נאך דא אפאר מינוט צוצוענדיגן די האלבע שעה, יעצט איז דאך די ריכטיגע צייט זיך צו עפענען דאס מויל און רעדן אביסל צום אייבערשטן, און פונקט דעמאלט ווערט מיין מויל פארשלאסן, מיין מח פארהאקט, די געפילן פארמאכט, און איך קען ממש נישט רעדן צום אייבערשטן, עס קומט ארויס א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער גאר ווייט פון זיך אויסשמועסן געהעריג מיט'ן אייבערשטן.


יעצט קומט חנוכה האב איך זיך דערמאנט פון דעם, אבער באמת איז עס כסדר אזוי, די הארץ איז אנגעלייגט, און איך ווייס אז די איינציגסטע עצה פאר מיר איז זיך אויסצורעדן צום אייבערשטן, און איך טראכט אז באלד גיי איך טרעפן א רואיגע צייט און א רואיגע פלאץ און זיך אויסגיסן די גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן, מארגן צופרי גיי איך אויפשטיין פארטאגס און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און ווען עס קומט למעשה איז אזוי שווער זיך אויסצושמועסן מיט'ן אייבערשטן ווי מיט א גוטער חבר, עס קומט קוים ארויס אפאר אויסגעקראצטע ווערטער, און די הארץ בלייבט ווייטער אנגעלייגט.


עס מאכט זיך פון מאל צו מאל וואס די הארץ איז מיר אפן און איך קען זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, געווענליך פאסירט עס ווען דער גלעזל איז שוין ממש איבערגעפילט, איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, און נאכדעם ווען איך האב זיך גוט אויסגערעדט און דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס מיט אלע פרטים, שפיר איך זיך אזוי גוט, די בעסטע געפיל וואס איך האב נאר אין לעבן, איך שפיר אז איך בין ביים אייבערשטן אין די הענט און ער געבט זיך אפ מיט מיר ווי אן אייגן קינד, ווי אזוי קען איך אבער מאכן אז דאס זאל פאסירן מער אפט, און אפילו ווען איך גיי נישט אריבער אזויפיל שוועריגקייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, דאס אליין אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן, מען זיצט ביי די חנוכה ליכט און מען וויל ארויסזאגן ווערטער צום אייבערשטן, אבער די מויל איז פארשטאפט - דאס אליין איז זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וַאֲפִלּוּ אִם לִפְעָמִים נִסְתַּתְּמִין דְּבָרָיו וְאֵינוֹ יָכוֹל לִפְתֹּחַ פִּיו לְדַבֵּר לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", אפילו אויב מען האט נישט קיין ווערטער וואס ארויס צו רעדן ביי התבודדות, "אַף עַל פִּי כֵן זֶה בְּעַצְמוֹ טוֹב מְאֹד, דְּהַיְנוּ הַהֲכָנָה שֶׁהוּא מוּכָן וְעוֹמֵד לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ וְחָפֵץ וּמִשְׁתּוֹקֵק לְדַבֵּר", דארף מען וויסן אז דאס אליין, אז מען קומט צום אייבערשטן, מען וויל און מען ווארט צו קענען ארויסרעדן א ווארט, "אַךְ שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל", אבער עס גייט נישט, די מויל איז פארמאכט - "זֶה בְּעַצְמוֹ גַם כֵּן טוֹב מְאֹד", דאס אליין איז אויך זייער גוט.


דעריבער זאלסטו ווייטער גליסטן, בענקען און האפן אויף די הייליגע חנוכה טעג צו קענען זיך אויסשמעסן ביי די ליכט, און ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; זאג: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע זיי מיך מקרב צו דיר, ווען וועל איך שוין זוכה זיין לערנען און דאווענען, לעבן מיט דיר?" אפילו איין ווארט וואס מען זאגט ארויס צום אייבערשטן איז בוקע רקיעים, עס שפאלט הימלען, אויבן אין הימל איז א שמחה גדולה ווען א איד זאגט נאר דאס ווארט: "טאטע"; עס ווערט א חתונה, א זיווג, א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה.


אויף די צווייטע פראגע, וואס דו קענסט טון צו רעדן מער אפט צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נישט איבערגעפילט מיט ווייטאג; די עצה אויף דעם איז, פאלגן דעם רבי'ן; זיך מאכן א קביעות, רעדן אפאר מינוט יעדן טאג צום אייבערשטן באופן קבוע. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וְיִזָּהֵר מְאֹד לְהַרְגִּיל עַצְמוֹ לְהַתְמִיד בָּזֶה מִדֵּי יוֹם בְּיוֹם שָׁעָה מְיֻחֶדֶת", אזוי ווי די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב איז באופן קבוע, נישט קיין חילוק אויב מען האט יעצט א געפיל, און אויב מען גייט יעצט אריבער שווערע צייטן, א איד גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות; אזוי דארף מען טון מיט התבודדות.


מאך זיך א קביעות, יעדן טאג א געוויסע צייט - ווען דו גייסט אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. בעט אים ער זאל דיך העלפן, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען מאכט התבודדות מיט א קביעות - דעמאלט איז מען זוכה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מען איז זוכה אנצוקומען צו די העכסטע מדריגה וואס איז נאר שייך.


אז דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן צום אייבערשטן - קענסטו פון דעם אליין מאכן א געשריי און א געוואלד. דער רבי זאגט (שם): "וְגַם יוּכַל לַעֲשׂוֹת לוֹ שִׂיחָה וּתְפִלָּה מִזֶּה בְּעַצְמוֹ", מען קען פון דעם אליין מאכן א שמועס מיטן אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן, "וְעַל זֶה בְּעַצְמוֹ יִצְעֹק וְיִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁנִּתְרַחֵק כָּל כָּךְ, עַד שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל אֲפִלּוּ לְדַבֵּר", און מען קען אויף דעם אליין שרייען: רבונו של עולם, קוק ווי ווייט איך בין פון דיר, אז איך קען שוין נישט רעדן צו דיר, "וִיבַקֵּשׁ מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים שֶׁיַּחֲמֹל עָלָיו וְיִפְתַּח פִּיו, שֶׁיּוּכַל לְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו", און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און עפענען די מויל, ער זאל קענען רעדן און בעטן אלעס וואס ער דארף פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.