שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער איבער'ן דריטן בית המקדש?
חינוך הילדים, שלום, משיח, שנאת חנם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א יישר כח פאר אלעס וואס מען קען אפילו נישט אויסרעכענען.


איך בין א מלמד און איך האב צוויי קורצע וויכטיגע שאלות בנוגע די יעצטיגע זמן, בין המצרים.


איינס, ווי באקאנט איז דא א מחלוקת בנוגע די דריטע בית המקדש צי דאס וועט אראפ קומען פון הימל אדער מיר וועלן דאס בויען, וואס זאגט מען פאר קינדער פון אכט ניין יאהר?


צווייטנס, איז דא א מקור צו דעם וואס מ'זאגט אז מיט יעדע מצוה וואס מען טוט ווערט צוגעלייגט נאך א שטיין פאר'ן דריטן בית המקדש, און חלילה פארקערט נעמט מען אראפ א שטיין? אדער איז דאס סתם א שיינע דמיון?


ביטע ענטפערט מיר לתועלת התלמידים, יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן - שלא טעמו טעם חטא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון קינדער, "אֲמַר לֵיהּ רַב פָּפָּא לְאַבַּיֵּי, דִּידִי וְדִידָךְ מַאי", האט רב פפא געפרעגט פון אביי: 'וואס איז מיט אונזער תורה?' "אֲמַר לֵיהּ", האט אים אביי געענטפערט, "אֵינוֹ דּוֹמֶה הֶבֶל שֶׁיֵּשׁ בּוֹ חֵטְא לְהֶבֶל שֶׁאֵין בּוֹ חֵטְא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס זיי ווייסן נאך נישט פון קיין עבירה, זיי האבן נאך נישט טועם געווען קיין עבירה - אויף זייער תורה שטייט די וועלט.


אויף דיינע שאלות: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווער וועט בויען דעם בית המקדש, צי וועט אראפ קומען א פייערדיגע בית המקדש פון הימל אדער וועט מען דאס בויען וכו'; דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים ומלחמות, הלכה ב): "וְכָל אֵלּוּ הַדְּבָרִים וְכַיּוֹצֵא בָהֶן, לֹא יֵדַע אָדָם אֵיךְ יִהְיוּ עַד שֶׁיִּהְיוּ", די אלע זאכן, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען - ווייסט מען נישט ביז עס וועט זיין, "שֶׁדְּבָרִים סְתוּמִין הֵן אֵצֶל הַנְּבִיאִים, גַּם הַחֲכָמִים אֵין לָהֶם קַבָּלָה בִּדְבָרִים אֵלּוּ", די זאכן זענען פארהוילן פון אונז, אפילו פון די נביאים און פון די חכמים איז דאס פארהוילן, "וּלְפִיכָךְ יֵשׁ לָהֶם מַחֲלוֹקֶת בִּדְבָרִים אֵלּוּ", דעריבער איז דא אסאך מחלוקת אין די זאכן - וואס און ווי אזוי עס וועט זיין.


דערפאר זאגט דער רמב"ם: "לְעוֹלָם לֹא יִתְעַסֵּק אָדָם בְּדִבְרֵי הַהַגָּדוֹת, וְלֹא יַאֲרִיךְ בַּמִּדְרָשׁוֹת הָאֲמוּרִים בְּעִנְיָנִים אֵלּוּ וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן, וְלֹא יְשִׂימֵם עִקָּר", מען זאל נישט צופיל אריין קלערן וואס און ווי אזוי עס וועט זיין נאכדעם וואס משיח וועט קומען, "שֶׁאֵין מְבִיאִין לֹא לִידֵי יִרְאָה וְלֹא לִידֵי אַהֲבָה", ווייל פון דעם קומט נישט ארויס קיין עבודת השם יתברך; דער עיקר דארפן מיר זען וואס מיר קענען טון צו ברענגען משיח.


דעריבער, אנשטאט צו חקר'נען ווי אזוי וועט זיין, וואס וועט זיין וכו', - דארפן מיר זען צו טון מצוות און גוטע מעשים אז משיח זאל שוין קומען. און ווען מיר וויינען און קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש דארפן מיר וויינען אויף אונזער חורבן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז) ווען מען קלאגט אויפ'ן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אז אמאל איז געווען א חורבן, נאר מען וויינט אויפ'ן היינטיגן חורבן; אז מיר זענען חרוב ונחרב, מיר זענען ווייט פונעם אייבערשטן און מיר זענען זייער שטארק אריין געטון אין אונזערע תאוות רחמנא לצלן, מיר דארפן זען מיר זאלן נישט צוריק האלטן די גאולה; דערפאר האט דער רבי אונז געהייסן מיר זאלן אויפשטיין חצות זאגן תיקון חצות ווייל אפשר זענען מיר געווען אינעם פאריגן גלגול די וואס האבן גורם געווען אז דער בית המקדש זאל חרוב ווערן און אפילו מיר האבן נישט חרוב געמאכט דעם בית המקדש: "אוּלַי הוּא מְעַכֵּב עַתָּה בִּנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", אפשר זענען מיר די וואס האלטן אפ דעם בית המקדש פון צוריק אויפגעבויט ווערן, "וְנֶחֱשָׁב גַם כֵּן כְּאִלּוּ הוּא גָּרַם לְהַחֲרִיבוֹ", איז דאס אזוי ווי מיר וואלטן דאס חרוב געמאכט.


רעד אסאך צו די קינדער קעגן מחלוקת און שנאת חינם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ט.): די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן ווייל מען האט עובר געווען אויף די דריי הארבע עבירות, די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן נאר וועגן שנאת חנם, פירט די גמרא אויס: "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", די עבירה איז נאך אלץ צווישן אונז; ברענג אריין אין די קינדער אהבת חינם, זיי זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, זיי זאלן זיך מוסר נפש זיין איינער פאר'ן צווייטן, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין אז משיח וועט קומען, דעמאלט וועלן מיר זוכה זיין צו זען ווי אזוי דער בית המקדש וועט געבויט ווערן.


אויף דיין צווייטע פראגע; ווי מעג מען זאגן אויף אזא זאך אז דאס איז א דמיון? אודאי אזוי! מיט יעדע מצוה וואס מען טוט איז מען מקרב די גאולה.


עס ווערט געברענגט פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו (זרע קודש פרשת כי תצא, דבור המתחיל כי תבנה בית חדש): "בְּכָל יוֹם שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת ה' בּוֹנֶה אֶת יְרוּשָׁלַיִם וּבֵית הַמִּקְדָּשׁ", דורך אונזערע מעשים טובים ווערט געבויט דער בית המקדש, און ער ברענגט דארט: "שָׁמַעְתִּי מֵהָרַב הַקָּדוֹשׁ מוֹרֵנוּ הָרַב אֱלִימֶלֶךְ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ", איך האב געהערט פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע, אז ער האט געמאכט עליית נשמה און געזען ווי מען טראגט די כלים פון בית המקדש, מען האט אים געזאגט: "די כלים האסטו ארויסגענומען פון גלות מיט דיינע מצוות און מעשים טובים", ווייל מיט די מצוות און מעשים טובים וואס מען טוט בויט מען דעם בית המקדש.


מען טאר נישט זאגן אז דאס איז א שיינער דמיון; עס איז אמת ויציב אז ווען א איד טוט א מצוה ברענגט ער א ציגל צום בית המקדש און ווען מען זינדיגט נעמט מען אוועק א ציגל און מען איז מעכב אז משיח זאל קומען, אזוי ווי דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין די הקדמה פון זיין הייליגן ספר ויואל משה (דף ט), אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל אנגערופן ביים טיש: "דער בית המקדש איז שוין גרייט, עס איז שוין געבויט און גרייט, עס פעלט נאר דעם פרוכת", האט זיך אנגערופן דער הייליגער צדיק רבי יהושע'לע פון טאמאשוב זכותו יגן עלינו: "מיר גלייבן אז דער רב קען ענדיגן דעם פרוכת", דער צאנזער רב איז שטיל געבליבן און אים גארנישט געענטפערט. א צווייטע מאל אינמיטן פירן טיש האט זיך דער צאנזער רב אנגערופן און געזאגט: "ווער זאגט אייך אז איך האב נישט געענדיגט דעם פרוכת? איך האב טאקע צוגעענדיגט דעם פרוכת פונעם בית המקדש, אבער עס איז געקומען א רשע און געטון א גרויסע עבירה, מיט דעם האט ער דאס צוריסן".


דאס זאלסטו אריין לייגן און אריין באקן אין דיינע תלמידים, זיי זאלן וויסן און געדענקען אז יעדע מצווה וואס א איד טוט ברענגט ער דורכדעם נאך א ציגל צום בית המקדש און ער איז מקרב די גאולה און מיט יעדע שלעכטע זאך וואס מען טוט צעברעכט מען דעם בית המקדש, מען צערייסט דעם פרוכת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים .