תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א געוואלדיגע יישר כח פאר די גליקליך לעבן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט מיר.
איך דארף חיזוק אויף גיין אין מקוה, איך פרוביר צו גיין יעדן אין מקוה, איך וויל זייער שטארק, אבער אויב שטיי איך אויף שפעט און איך קום נישט אן צו גיין אין מקוה פאר'ן דאווענען, גיי איך שוין געווענליך נישט נאכדעם, און אזוי קען דורכגיין לאנגע טעג אן מקוה.
איך וויל וויסן אויב טבילת עזרא גייט אן אויך היינטיגע צייטן, און איך וועל זיך פרייען צו באקומען חיזוק צו גיין אין מקוה יעדן טאג.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו דאס ערשטע זאך גיין אין מקוה, און אז דו שטייסט אויף שפעט - זאלסטו אויך גיין אין מקוה; גיי נישט אין ערגעץ, טו נישט גארנישט - איידער דו גייסט אין מקוה און דאווענען.
דאס וואס דו פרעגסט אויב עס איז בטל געווארן טבילת עזרא וכו'; דאס איז נאר אויף די הלכה חלק, אויב מען געפינט זיך אין א פלאץ אן א מקוה זאל מען נישט מבטל זיין תורה און תפילה, אבער אז מען האט א מקוה איז זיכער מען זאל גארנישט טון איידער מען גייט אין מקוה. בפרט היינטיגע צייטן וואס וואו אידן געפינען זיך איז דא שיינע באקוועמע מקוואות, איז דאך זיכער מען זאל דאס ערשטע זאך גיין אין מקוה איידער מען מאכט ברכות, איידער מען דאווענט און מען לערנט. ווייל דער הייליגער מאור ושמש זכותו יגן עלינו שרייבט (פרשת אמור), אז די כת ש"ץ ימח שמם זענען געווארן אפיקורסים ווייל זיי זענען נישט געווען נזהר אין טבילת עזרא; זיי האבן עוסק געווען אין קבלה אן טהרה. און פארקערט אויך, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער האט זיך אסאך גע'טובל'ט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.