שאלה אין קורצן ענין
#11 - וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל?
חסידות ברסלב, מנהגים, סדר היום, ניטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין טאקע דורך די ניטל נאכט, אבער איך האב געוואלט פרעגן אויף קומענדיגע יאר, וואס איז דער מנהג אין ברסלב וועגן ניטל, וועלכע טאג האלט מען ניטל, און פון וויפיל אזייגער ביז וויפיל אזייגער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען האט נישט געמאכט קיין עסק אין ברסלב פון ניטל, און מוהרא"ש ברענגט, ער האט געהערט פון הרב החסיד ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה א טעם אויף דעם, ווייל אנשי שלומינו גייען דאך שלאפן זייער פרי און שטייען אויף חצות, איז נישט שייך דער גאנצער זאך, ווייל פון מעריב ביז חצות זענען אלע געגאנגען שלאפן.


ווער עס האט א חשש וועגן ניטל - קען זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווען איז די ריכטיגע צייט צו זאגן תיקון חצות?
לימוד התורה, ספיקות, סדר היום, תיקון חצות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה פאר די פילע תשובות אויף אלע סארט שאלות, דאס איז א געוואלדיגע חסד צו ענטפערן פאר יעדן זיינע שאולות וואס דרוקט אים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כוחות אויף ווייטער.


איך וויל זייער שטארק זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, למעשה ווייס איך אבער נישט פון וויפיל אזייגער ביינאכט מען קען שוין זאגן תיקון חצות, אדער דארף מען ענדערש אויפשטיין אינמיטן די נאכט אדער גאר פרי פארטאגס עס צו זאגן?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע ענטפערן אויף דעם, וואס איז די בעסטע וועג ווען צו זאגן תיקון חצות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישטא קיין וועג ווי אזוי עס דארף זיין, ביי איינעם ארבעט בעסער זיך לייגן פרי און אויפשטיין ביי חצות, ביי א צווייטן ארבעט בעסער בלייבן אויף זאגן חצות; יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער קען דינען דעם אייבערשטן.


אזוי אויך מיט לערנען; ביי איינעם איז גרינגער דאס אויפשטיין פארטאגס און ביי איינעם ארבעט זיך בעסער אויס אויפצובלייבן ביינאכט לערנען, יעדער איינער דארף קוקן ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס ביי אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאל איך צוריק אין ישיבה נאכדעם וואס זיי האבן מיר ארויסגעווארפן?
לימוד התורה, בחור, ישיבה, סדר היום, חסד, ביקור חולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון כמעט 19 יאר, און מיין ישיבה האט מיר ארויסגעווארפן ווייל איך בין געגאנגען באזוכן א חולה אין שפיטאל, און זיי לאזן מיר נישט צוריק קומען נאר אויב איך ברענג פינף הונדערט דאלער.


איך ווייס נישט וואס צו טון, קודם איז מיר זייער שווער צו געבן דאס געלט, און בכלל לערן איך שוין אין די ישיבה שוין קרוב צו צוויי און האלב יאר, און איך בין גארנישט געשטיגן דארט, נאר געפאלן אין יראת שמים, און יעדע פאר וואכן מאכט מען מיר דארט משוגע מיט אנדערע זאכן, אויסער דעם וואס איך בין זייער צעבראכן סתם אזוי פון ווארטן אויף מיין שידוך וואס קיינער פארשטייט מיר נישט. ווען איך וואלט שוין געווען יעצט א אינגערמאן וואלט איך שוין געקענט האבן א (כשר'ע) טעלעפאן וכדומה, און איך וואלט קיינעם נישט געדארפט געבן דין וחשבון.


מיין שאלה איז אויב איך זאל צוריקגיין און באצאלן, און זיך ווייטער ארומשפילן מיט זיי ווי אין נורסערי, אדער זאל איך ענדערש גיין אין כולל זיך זעצן לערנען מיט א חברותא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט איבער דיינע מגידי שיעורים און מנהלים; נעם זיך פאר צו האלטן די זמנים וואס מען פארלאנגט אין ישיבה, וועט מען דיר צוריק נעמען. מען קען נישט אנטלויפן אינמיטן סדר; אז מען איז איינגעשריבן אין א מסגרת, אין א כולל אדער ישיבה, קען מען נישט קומען און גיין ווען מען וויל און וואו מען וויל, מען דארף האלטן די סדרים, נאר אזוי קען מצליח זיין.


פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די יארן מיט התמדת התורה? יעצט איז א צייט וואס דו קענסט לערנען אן קיין שטערונג; אמת טאקע, עס איז זייער שווער פאר א בחור, דו האלסט נישט אויס, דו ווילסט שוין זיין חתונה געהאט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט מען שפירט ווי מען ווערט פארברענט יעדע רגע, עס איז זייער שווער, אבער פון די אנדערע זייט קענסטו יעצט לערנען מיט גרויס התמדה אן קיין שטערונגען. אז דו וועסט זיך מסדר זיין מיט א גוטע סדר און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז אפילו מען פארשטייט נישט אזוי גוט וואס מען לערענט זאל מען ווייטער לערנען, נישט בלייבן שטיין וכו' - קענסטו ביז א קורצע צייט לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום, מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך; דער הייליגער מחבר פסק'נט (אורח חיים, סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה.


נאכדעם זאלסטו מאכן א שיעור אין משנה – הויב אן לערנען מסכת ברכות א פרק נאך א פרק, ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות הויב אן מסכת פאה נאכדעם מסכת דמאי און אזוי ווייטער; אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, דו לערן ווייטער אפילו אן פארשטיין, מיט די צייט וועט דער אייבערשטער העלפן דיין קאפ וועט זיך עפענען און דו וועסט אנהויבן פארשטיין.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך משניות וואלטן אלע געלערנט משניות; דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, און ווען ער האט געזאגט משניות פלעגט זיך דער מגיד באווייזן צו אים, אזוי ווי דער בית יוסף ברענגט (ספר מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען לערנט משניות.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין לימוד גמרא, חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; זאגן אויף דעם צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" – וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא", איז א לשון פון: "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע קליפות פארברענט.


קוק נישט צי דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט; דו זאג נאר די ווערטער פון די הייליגע גמרא. חכמינו הקדושים זאגן (שיר השירים רבה ב, טו): "אָמַר רַבִּי אַחָא, עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא 'וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה'", אן עם הארץ וואס זאגט די ווערטער פון די תורה מיט גרייזן; אנשטאט זאגן: "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" מען זאל ליב האבן דעם אייבערשטן, זאגט ער: "וְאָיַבְתָּ אֵת", מען זאל פיינט האבן, זאגט דער אייבערשטער (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", איך האב ליב זיינע גרייזן; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס לערנט תורה - אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און אפילו ער זאגט עס מיט גרייזן, ער זאגט דאס פארקערטע וואס מען דארף ווען זאגן, אזוי באליבט איז ביים אייבערשטן דער וואס לערנט תורה, עיין שם.


זוך זיך נישט קיין מצוות אין די צייט וואס מען לערנט אין ישיבה, דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו זאגט (זרע קודש, פרשת שופטים) ווען דער יצר הרע זעט א מענטש לערנען וויל ער אים שטערן, דער יצר הרע ציטערט פון זיין לערנען ווייל דורך תורה ווערט דער יצר הרע בטל ומבוטל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אִם אֶבֶן הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי שטיין, "נִמּוֹחַ", ווערט ער צעגאנגען דורך תורה, "וְאִם בַּרְזֶל הוּא", אפילו מען האט א שטארקער יצר הרע אזוי שטארק ווי אייזן, "מִתְפּוֹצֵץ", דורך תורה ווערט דער יצר הרע צעברעקלט, דעריבער וויל דער יצר הרע שטערן דעם מענטש ער זאל נישט נישט לערנען, זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע: "לָכֵן מַזְמִין לוֹ אֵיזֶה מִצְוָה", דעריבער ברענגט דער יצר הרע פאר'ן מענטש מצוות, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יְקַּרֵר אֶת עַצְמוֹ מֵהִתְלַהֲבוּת וְלֹא יָבוֹא לַעֲשׂוֹת דָבָר גָדוֹל יוֹתֵר טוֹב", דורך די מצוה קילט ער אפ דעם מענטש פון לערנען, "כִּי יִסְבֹּר שֶׁכְּבָר הוּא טוֹב בְּהַמִּצְוָה הַזֹּאת", דער מענטש טראכט 'איך דארף שוין נישט לערנען ווייל איך טו דאך אנדערע מצוות', עיין שם. דער מענטש כאפט נישט אז דאס אלעס איז מעשה בעל דבר, אבי אים צו שטערן ער זאל נישט לערנען.


גיי צוריק אין ישיבה, בעט זיך איבער מיט דיינע מגידי שיעורים; דו קענסט זיי ווייזן דעם בריוו זיי זאלן זען אז דו מיינסט עס טאקע ערנסט, אז דו גייסט פון היינט און ווייטער מיט האלטן די סדרים אין ישיבה און זיך פירן מיט דרך ארץ. אז דו ווילסט טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל - זאלסטו דאס טון נאכן סדר הישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#8 - פארוואס דארף איך שלאפן אזוי סאך?
התחזקות, רפואה, צדיקים, שמחה, שלאפן, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אז אויב איך גיי שלאפן פרי און איך שלאף אכט שעה ביינאכט, שפיר איך נאכדעם גוט א גאנצע טאג; אויב אבער גיי איך שלאפן שפעט, אדער שלאף איך ווייניגער פון אכט שעה, שפיר איך שוין נישט אזוי הונדערט פראצענט גוט.


פון די אנדערע זייט וויל איך אבער זייער שטארק לערנען ביינאכט, זיך מער באפלייסן אין לערנען ביינאכט, בפרט אז ביינאכט איז מער רואיג, אסאך גדולי ישראל האבן מתמיד געווען ביי נאכט, אויך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש שרייבט אבער אסאך מאל נישט צו זיין קיין אויבער חכם, מען זאל היטן די שלאף.


אפשר דאס אז איך דארף שלאפן אזוי סאך איז ווייל איך בין זייער מגושם? איך בין זייער צעמישט מיט דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רבי נתן האט אמאל געשמועסט מיט אנשי שלומינו דיבורי התחזקות, ער האט זיי מחזק געווען זיי זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות אפילו עס גייט נישט ווי מען וויל וכו'; אינמיטן האט זיך רבי נתן צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; רבי נתן האט נישט אויסגערומט די צדיקים אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך ווייניג שלאפן וכו', נאר צוליב זייער התחזקות; ווייל דאס איז די סוד פון די צדיקים, זיי האבן זיך דערהאלטן, זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן און זיך נישט געלאזט צעברעכן פון גארנישט.


מאך נישט נאך די צדיקים מיט ווייניג שלאפן און ווייניג עסן, מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט זייער שמחה און זייער התחזקות, ווי זיי זענען זיך מחזק; אפילו זיי שפירן ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען איז זיי מרחק דערהאלטן זיי זיך, ווי זיי האבן געשפירט אין איין טאג טויזנט מאל א טעם פון שטארבן און דאך זענען זיי נישט אוועק געגאנגען פונעם אייבערשטן, מיט דעם דארף מען זיי נאכמאכן.


עס און שלאף אבער היט די צייט, איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער, דער עיקר דארף מען היטן די צייט און זיך נישט איבערשטרענגען. דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן אז קודם זאל זיין גוף זיין רואיג און נישט איבערגעשטרענגט, און נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווען דער יצר הרע זעט א מענטש וועם ער קען נישט בייקומען - דער מענטש פירט זיך זייער ערליך, קומט ער צו אים ווי א פרומער, ער מאכט אים שפירן אז ער טוט נישט גענוג, און ער פארדרייט אים דעם קאפ אז ער זאל פאסטן און טון סיגופים וכו' וכו'. פארשטייט זיך אז דער מענטש האט נישט קיין כח צו דעם, פאלט ער אראפ און ער ווערט שוואך, און ער בלייבט ליגן אין בעט אן קיין כח, ער קען נישט נישט דאווענען און נישט לערנען, און אזוי האט ער אים געכאפט אין זיין פאסטקע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פוילקייט פון די ווייב?
שלום בית, סבלנות, אמונה, אידישע שטוב, סדר היום, קאמפלימענטס, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זייער פיין חתונה געהאט, מיט א וואוילע און ערליכע ווייב, אבער זי איז זייער שטארק געשלאגן אין פוילקייט, אויף עפעס א נישט נארמאלן אופן. איך קום פון זייער א זויבערע און צוזאמגענומענע שטוב, און עס שטערט מיך זייער שטארק ווי ווייט פארקערט זי איז פון דעם.


שוין זייט מיין חתונה בין איך דער וואס רוימט אויף די הויז יעדע וואך, ווייל אויב נישט וועט עס נישט ווערן אויפגערוימט. איך וואש די געשיר ווייל אויב נישט וועט עס בלייבן שמוציג אין די קראן פאר עטליכע טעג. איך גרייט אן עסן אין שטוב, ווייל אויב נישט וועט עס קיינער נישט צוגרייטן. אויסער דאס וואשן וואש, טוט מיין ווייב כמעט גארנישט אינדערהיים.


איך האב שוין פרובירט אסאך מאל איר צו געבן גוטע ווערטער אויף וואס זי טוט יא, איך זאג איר א גאנצן צייט אז זי איז גוט און אז איך בין זייער צופרידן מיט איר, און אז עס שטערט מיר בכלל נישט ווי אזוי זי פירט זיך אויף, אבער באמת שטערט עס מיך יא זייער שטארק.


אויסער דעם וואס מיין ווייב האט ליב אריינצוציען די נאכט ביז אין די גאר שפעטע שעות און אויפשטיין ערשט איינסע אדער צוויי אזייגער נאכמיטאג, און עס שטערט מיך די פארדרייטע סדר היום.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן ווי פריער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס לעבן איז א שווערע זאך, עס איז בכלל נישט גרינג, מען קען זיך אבער גרינג מאכן אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן; די ווייב, די קינדער - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, און אז מען האט אסאך סבלנות - קען מען זען שיינע זאכן.


מיט געדולד און ליבשאפט קענסטו איר אויפבויען אז זי זאל טון די שטוב ארבעט. עס לוינט זיך צו האבן סבלנות, צו קוקן גוט און איר אויפבויען. עס איז אפשר א לענגערע וועג, אבער עס איז פון די אנדערע זייט א גרינגערע וועג ווי צו נעמען די קורצע וועג און טראכטן פון זיך גט'ן, און נאכדעם דארפן אריבערגיין די לאנגע ביטערע וועג.


יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן, נישטא איינער וואס ביי אים איז דאס לעבן גוט און גרינג, יעדער איינער מוטשעט זיך; נאר דער וואס אנטלויפט צום אייבערשטן און צו די תורה - דער לעבט א גוט לעבן.


דעריבער ליבער ברודער, זיי פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און זוך גוטס אין דיין ווייב. בוי איר אויף, שטארק איר, זאג איר אסאך גוטע ווערטער. פאר יעדע מאל וואס זי האט געהערט אלס קינד די שלעכטע ווערטער: "ביסט גארנישט ווערד", "פון דיר וועט גארנישט זיין", "טויגסט אויף גארנישט" - זאלסטו איר זאגן טויזנטער מאל: "ביסט יא", "פון דיר וועט נאך זיין שיינע זאכן", "ביסט אזוי גוט און אזוי וואויל" - אזוי וועט זי ווערן אויפגעבויט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן און דו זאלסט נושא חן זיין ביי איר, עס זאל זיין שלום צווישן אייך; אזוי וועט די שכינה רוען צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - ווי אזוי זאל איך אויסשטעלן מיין סדר הלימוד אין משניות און גמרא?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, סדר היום, משניות, גמרא, עיון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך שטארק זיך ברוך ה' מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, איך האב זיך געמאכט א סדר צו לערנען יעדן טאג זעקס פרקים משניות, און יעצט האב איך ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ווען איך האב מער צייט זאל איך לערנען מער פון זעקס פרקים, אדער זאל איך זיך האלטן צו מיין סדר פון נאר זעקס פרקים משניות א טאג?


אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו לערנען איבער האלב ש"ס מיט הבנה, אויב איך זאל יעצט אנהויבן נאכאמאל פון אנהויב צו זאגן די ווערטער, אדער זאל איך ממשיך זיין און גיין ווייטער פון וואו איך האלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג משניות; וויפיל מיר וועלן רעדן פון לערנען משניות - וועט מען נישט קענען מסביר זיין דאס גרויסקייט פון דעם לימוד.


אז דו קענסט אנקומען צו לערנען ח"י פרקים משניות - זאלסטו זיכער אזוי טון. דער רבי האט דאס געזאגט פאר רבי נתן, ער זאל זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות (עיין שיחות הר"ן, סימן קפה).


אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו זייער גרויסע זאכן דורך לימוד משניות, דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער. דער בית יוסף שרייבט (מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי זאגן משניות, איך האב געזאגט פערציג פרקים משניות און נאכדעם האט זיך דער מגיד באוויזן צו מיר.


מאך זיך א שיעור אין ש"ס בגירסא, און אויך זאלסטו ווייטער לערנען דיין סדר אין ש"ס בעיון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען זאל האבן צוויי שיעורים, איין שיעור זאל מען לערנען שנעל כל התורה כולה און איין שיעור זאל מען לערנען אביסל עיון התורה, דאס איז א וועג ווי אזוי מען קען אנקומען לערנען זייער אסאך. די ערשטע שיעור דיינע זאל זיין בגירסא, אפילו אן הבנה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וּמִמֵּילָא יָבִין", ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער הייליגער רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדעס ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך און ער וועט אנקומען צו לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שיחות הר"ן (סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווען איז בעסער צו רעדן צום אייבערשטן, אינדערפרי אדער ביינאכט?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, שלאפן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס איך מוטשע זיך צו רעדן צום אייבערשטן צופרי, ביינאכט איז מיר גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן. איך האב אייביג געהאט אז ביינאכט איז מיר גרינגער ארויסגעקומען מיינע תפילות, אבער לעצטנס טרעף איך זיך צופרי ממש איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע תפילה, איך קען פשוט נישט טראכטן פון אן אנדערע זאך צו רעדן אדער בעטן.


איך האב געזען אין ספה"ק ישמח משה (פרשת פקודי עה"פ כי ענן ה'), שטייט דארט "והנה הדרך להתבודד עם קונו הוא מסוגל יותר בלילה", האב איך געטראכט אז אפשר האט שוין דער הייליגער ישמח משה מרגיש געווען אז ביינאכט רעדט זיך בעסער צום אייבערשטן.


איך הער אבער אייביג ביים שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז די ערשטע זאך אינדערפרי זאל מען רעדן צום אייבערשטן, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה אויסקלארן דעם גאנצען ענין, ווען איז די ריכטיגע צייט צו רעדן צום אייבערשטן?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך הצלחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס שיינט דיר; אז דיר איז גרינגער צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט - זאלסטו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט, זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט. מוהרא"ש זאגט, די אלע וואס האבן אן אויסגעדרייטע סדר, זיי זענען אויף ביינאכט - זאלן לערנען ביינאכט, זיך נישט צעברעכן אז מען קען נישט אויפשטיין באצייטנס; יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין סדר, ווי אזוי עס ארבעט מיט אים.


דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות; יעדע נאכט איז ער געבליבן שלאפן - מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן. איז ער אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, און ווען דער גוי איז אים געקומען וועקן, האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט', פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין.


אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט; ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט, איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה - ער האט געבעטן דעם גוי אז ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ער קומט ארויס, פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער, און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט". פלעגט ער טאקע אויפשטיין, ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווי לאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם אז יעדער איינער האט זיין וועג אין עבודת השם; איינער דארף שלאפן מער און איינער ווייניגער, איינעם איז גרינג ביינאכט זיך מתבודד זיין, א צווייטער איז גרינגער אינדערפרי; דער עיקר איז דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קען א מלמד אויך אנקומען צו לערנען שיעורים כסדרן?
מוהרא"ש, ראש ישיבה, מלמדים, היטן די צייט, סדר דרך הלימוד, שיעורים כסדרן, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע עצות וואס איז מיין לעבן. דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת האב איך געלערנט בערך 70 פרקים משניות, אויך האב איך געלערנט איין טאג די וואך פערצן בלאט גמרא, איך האב זיך מחיה געווען.


איך בין אבער א מלמד, און איך האב געזען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א מלמד, "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם". וויל איך פרעגן אויב איך זאל טאקע אפלאזן מיינע שיעורים כסדרן, אדער אויב ס'שטערט נישט די מלומדות איז עס נישט קיין פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען קען טון ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; אז מען היט די צייט, מען לעבט מיט א סדר - קען מען אנקומען זייער אסאך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נה): "רֶוַח הָעוֹלָם הַזֶּה אֵין לְשַׁעֵר", מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פארדינען בזה העולם.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מלמדות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט, אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


ווען עס קומט צו טון פאר די קינדער, אפגערעדט די צייט פון חדר, די צייט וואס מען דארף זיין מיט די קינדער - דעמאלט איז זיכער אז מען דארף אלעס לייגן אין דער זייט און נאר זיין פארנומען מיט די קינדער. אזוי אויך זייטיגע צייטן, אויב איז דא, דעמאלט צו טון פאר די קינדער; מען קען זיך אנגרייטן די לימודים פאר די קומענדיגע טעג, אדער מאכן אינטערעסאנטע פראגראמען וכו' וכו', - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט, דאס מיין איך אינעם בריוו: "לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, יעצט נעם מלומדות פאר דיין עבודת השם", און אין די איבריגע צייט - דעמאלט קען מען לערנען שיעורים כסדרן.


איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו מיט נאך איינעם, יענער האט געבעטן מוהרא"ש זאל מיר הייסן אויפהערן לערנען מיינע שיעורים, יענער האט געזאגט בפני: "מוהרא"ש זאל זאגן פאר יואל זאל נאר מחזק זיין בחורים, יואל טאר נישט לערנען, זיין לערנען איז אן עבירה, ענדערש זאל ער רעדן מיט נאך א בחור און נאך א בחור"; די מעשה איז געווען אז איך האב דעמאלט געלערנט זייער אסאך, און דער אינגערמאן נרו יאיר האט מיר כסדר געזאגט אז איך טאר נישט לערנען, איך דארף נאר רעדן מיט בחורים, זיי מחזק זיין, און איך האב אים געזאגט: "איך פארשטיי אז איך דארף אויך לערנען; אויב מוהרא"ש וועט מיר זאגן אנדערש - וועל איך פאלגן"; מוהרא"ש קוקט אויף אונז און זאגט אונז מיט א שמייכל: "עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט צו מחזק זיין בחורים, און צייט פאר לערנען תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אויפצושטיין צייטליך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, שלאפן, התחדשות, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע שרייבט צו איינעם, "איך האב באקומען דיין בריוו וואס דו האסט מיר שוין געשיקט צוואנציג מאל, ס'וואלט געווען בעסער אז אנשטאט מיר צו דערציילן וואס עס גייט אויף דיר דורך, זאלסטו עס ענדערש דערציילן פאר'ן אייבערשטן".


האב איך דאן פארשטאנען אז באמת וואלט בעסער געווען אז אנשטאט איך זאל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך מוטשע זיך אויפצושטיין צייטליך אינדערפרי, וואלט איך עס ווען ענדערש געדארפט דערציילן פאר'ן אייבערשטן.


אבער אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן אז איך זאל שוין מצליח זיין אויפצושטיין אביסל פריער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאקע אזוי, גיי צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט אויפשטיין יעדן טאג און עס גייט דיר נישט; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין דאווענען, לערנען און אים דינען, דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן.


גלייב מיר, די פאר ווערטער וואס דו האסט געליינט אינעם בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט - דאס איז אין קורצן וואס מוהרא"ש האט געוואלט און געטון זיין גאנץ לעבן, אריינברענגען אין אונז מיר זאלן גיין צום אייבערשטן; מיר זאלן לעבן מיט אים, אים אלעס דערציילן און אים בעטן אויף יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז; מיר זאלן וויסן און לאזן וויסן פאר אנדערע אז קיינער קען מיר נישט העלפן, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, נאר דער אייבערשטער; אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר און מיין משפחה איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז נאר פאר מיין טובה, פאר מיין תיקון און פאר מיין עתיד; ווען מען לעבט מיט דעם, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דעמאלט לעבט מען אין גן עדן, דער גאנצער לעבן איז איין שטיק אלוקית.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויפצושטיין דאווענען און לערנען; איך בין אזוי צעבראכן, דאס מאכט איך זאל אריינשלאפן ביז אין טאג אריין, נאכדעם ווער איך נאכמער צעבראכן און איך גיי צוריק שלאפן, ביז איך דאווען נישט און לערן נישט. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך קענען שטארקן אינדערפרי אויפצושטיין לערנען און דאווענען"; אזוי זאלסטו בעטן און בעטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


אז דו שטייסט אויף שפעט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט אפלאזן דעם טאג; הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן מיט א שמחה און געשמאק, נישט גיין צוריק שלאפן און טראכטן 'היינט איז שוין א גע'הרג'עטע טאג, היינט איז שוין נישט קיין טאג וכו'', נאר הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן, כאילו גארנישט וואלט געשען; גיי אין מקוה, לויף אין שול דאווענען און זיי זיך אביסל מתבודד - וועסטו מצליח זיין.


פון איין זייט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן אויפצושטיין פרי, זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו זיין פעלזן פעסט, עס זאל דיר נישט צעברעכן ווען דו שטייסט אויף שפעט; זאלסט האבן עזות דקדושה נישט זיך צו שעמען און טראכטן 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין וכו'', זאלסט האבן עזות דקדושה און זאגן 'פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי נוצט מען אויס די עשרת ימי תשובה אויפ'ן ריכטיגן אופן?
פרנסה, סדר היום, ישוב הדעת, עשרת ימי תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין די יעצטיגע טעג פון עשרת ימי תשובה בין איך זייער צעמישט און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האב אפגעלאזט מיין ארבעט, איך שפיר אז איך קען נישט גיין ארבעטן אין אזעלכע הייליגע הייליגע טעג, איך זיץ אין שול מיט א הויפן ספרים וואס איך האב זיך אנגעגרייט צו לערנען, אבער איך האב נישט קיין טראפ ישוב הדעת פון אזויפיל ריבוי אור.


איך וויל וויסן די ריכטיגע וועג ווי אזוי אויסצונוצן די הייליגע טעג אויף א גוטע פארנעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): מען דארף זיך היטן פונעם יצר הרע וואס טרייבט איבער און מאכט דער מענטש זאל דינען דעם אייבערשטן מער פון די מאס, מער וויפיל מען קען פארנעמען; דער רבי זאגט (שם) ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן האט ער געזאגט פאר משה רבינו (שמות יט, כא): "רֵד הָעֵד בָּעָם פֶּן יֶהֶרְסוּ אֶל ה' לִרְאוֹת וְנָפַל מִמֶּנּוּ רָב", גיי זאג די אידן זיי זאלן נישט צוקומען צום בארג; ווייל די אידן זענען דעמאלט געווען אין א זייערע א הויכע מדריגה האט מען זיי געדארפט זאגן זיי זאלן אכטונג געבן זיך נישט איבערצורייסן, נישט טון מער פון די מאס.


ווער האט דיר געבעטן זאלסט אפלאזן דיין ארבעט? גיי צוריק ארבעטן און נעם מיט דיר מיט א זעקל ספרים, ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו אריין כאפן אביסל לימוד התורה.


טו נישט קיין ווילדע זאכן; דער אייבערשטער איז אין די ארבעט, דער אייבערשטער איז אין שטוב. מען דארף נישט אוועק לויפן ערגעץ ווייט צו טרעפן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.