שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי שמועסט מען זיך אויס מיט'ן אייבערשטן?
תהלים, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן אוועקגעבן צייט צו אויסהערן און ענטפערן מיינע וויכטיגע און נישט אזעלכע וויכטיגע שאלות.


איך האב געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א א שאלה, איך שפיר אבער אז איך האב זיך נישט אינגאנצן ארויסגעברענגט.


ש'כח אייבערשטער איך האב זייער א געשמאקע ארבעט, איך ארבעט רוב טאג אליין, איך רעדט כמעט נישט מיט קיין מענטשן דורכ'ן טאג, און מיין ארבעט נעמט נישט צו סאך פון מיין מח, ממילא וואלט איך ווען געקענט רעדן מיט'ן אייבערשטן א גאנצן טאג, און איך הער דאך די שיעורים און איך ליין די בריוו, אזויפיל חיזוק וועגן רעדן צום אייבערשטן, און פון דעסט וועגן איז עס מיר אזוי שווער.


איך קען נישט מסביר זיין די געפיל, אבער אפילו איך האב אזוי סאך וואס איך וויל אויסשמועסן, דאנקען, בעטן, איבערבעטן, און שמועסן מיט'ן אייבערשטן. קען איך אבער עפעס נישט עפענען מיין מויל, עס איז מיר ממש גרינגער אויסצוזאגן גאנץ תהלים ווי צו האבן א פשוטע שמועס מיט'ן אייבערשטן.


די לעצטע שטיק צייט נעם איך מיט א תהלים אין די ארבעט און כמעט יעדן טאג זאג איך דורך גאנץ ספר תהלים, און איך ווער פון דעם אליין צעמישט, פארוואס תהלים קען איך זאגן אבער פשוט שמועסן מיט'ן אייבערשטן גייט מיר נישט?


ברוך ה' אז פון איין זייט קען איך יא בעטן סתם אויף זאכן, למשל "באשעפער העלף מיך קענען דעם טעסט", "העלף מיך טרעפן א פארקינג", און אזוי ווייטער האב איך פיל מעשיות פון תפלה, אבער זיך אויסשמועסן דאס גייט שוין נישט.


אפאר מאל ווען איך מאך שוין יא אפ אז איך וויל דורכשמועסן עפעס א נושא, למשל אין שלום בית, איך הייב אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן אפאר מינוט, און שפעטער כאפ איך אז איך האלט אינמיטן בעטן אז אויפ'ן פליגער צו אומאן זאל איך האבן א גוטע פלאץ. איך האב קיין אנונג ווי אזוי איך בין דארט אנגעקומען יעצט, און ווי אזוי צוריק צו גיין. איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם אליין אז איך זאל קענען שמועסן, וואס איז אבער די עצה ביז דעמאלט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו זאגסט דעם גאנצן תהילים יעדן טאג, דער הייליגער רבי האט געוואלט מיר זאלן זאגן תהילים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), תהילים איז ווי א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי - זאגט דער רבי - איז ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן וועט ער ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


האלט אן דיין גוטע מנהג פון אויסזאגן יעדן טאג תהילים, דאס וועט דיר ברענגען צו די טויער פון תשובה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו אריינפלעכטן אינמיטן די פסוקי תהילים דיינע אייגענע תפילות ובקשות, בעט דעם אייבערשטן אויף דעם אליין, אז דו זאלסט קענען רעדן און שמועסן מיט אים. אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן, און מיט די צייט וועט עס דיר ווערן גרינגער און גרינגער, און דו וועסט זיין ארומגענומען מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.