תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך רעד זיך נישט אפ, איך רעד זיך נאר אויס, איך האב מער נישט קיין כח, איך דארף פרנסה, עס דריקט מיך אין דריקט מיך, עס איז שוין זייער א לאנגע צייט, עס זעט מיר אויס ווי דער אייבערשטער וויל עפעס פון מיר אין איך ווייס נישט וואס.
כאטש וואס באמת ווייס איך פונקטליך וואס איך דארף פאררעכטן, און איך פרוביר און פרוביר, איך ווייס עס הערט זיך אפשר אינטערעסאנט, אבער איך פרוביר אמת'דיג צו זיין אן ערליכער איד.
איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, מיום עמדי על דעתי קען איך זאגן אז איך פרוביר מיט אלע מיינע כוחות צו זיין גוט, מיט אזעלכע יגיעות, איך האב געשפירט מיליאנען מאל טעם מיתה, און ווידער פאל איך אראפ, נאר אז איך זאל אויך ווערן געשטראפט אז פרנסה האב איך אויך נישט. איך פיל ווי איך בין פארווארפן פון אלע וועלטן, סיי עולם הזה האב איך נישט און אויך נישט קיין עולם הבא.
יעדן טאג וויין איך א גוטע שעה, מיט הייסע הייסע טרערן, איך ווארף זיך אראפ אויף דער ערד, איך בעט זיך ביים אייבערשטן, עס זעט אבער אויס ווי די טויערן זענען פארשפארט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן א תפלה, איך זאג עס יעדן טאג, איך טו די ביסל הפצה וואס איך קען דערווייל טון, און פאר מיין ווייב קען איך נאכנישט זאגן דערוועגן, איך מיין אז זי גייט עס נאכנישט קענען אראפשלינגען.
וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
אוי ווי גוט טוסטו אז דו וויינסט צום אייבערשטן און אז דו ווארפסט זיך אראפ אויף דער ערד ווי א קינד וואס וויינט און ווארפט זיך אראפ אויף דער ערד ווען ער וויל עפעס אויספירן; אזוי זאלסטו ווייטער טון, ווייל דאס איז די עצה, צו בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל. פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט צו נעמען פון א מענטש זיין פרנסה און קיינער קען נישט געבן פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס וואס ער איז דער זן ומפרנס לכל.
מוהרא"ש דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שולן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון זכרונו לברכה: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".
שטארק זיך מיט תפילה, און אז עס קומט דיר אונטער א פרנסה זאלסטו טון אין דעם אפילו עס איז נישט לויט דיין כבוד וכו', און זיי שטארק אין אמונה צו גלייבן אז פרנסה קומט פונעם אייבערשטן, און עס האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.